Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Bo

Rashi's comment on a Yid found spending the night of makas bechoros inside an Egyptian's home becomes a lesson in how far one must go to be mekarev another Jew.

Part of Shemot

Unpacks Rashi's explanation of v'lo yihiyeh bachem negef — that even a Yid discovered in the home of a Mitzri on the night of makas bechoros was spared. Draws out just how spiritually distant such a person must have been to still be there despite every warning and every makah already witnessed, yet Hashem Himself descended, so to speak, to rescue him. Applies the lesson to kiruv: just as Hashem lowered Himself to reach that Yid, every Yid is called to lower himself, if necessary, to bring another Jew closer to Torah and Hashem.

Audio Transcript
The Yid Found in a Mitzri's House on Leil HaMakos: Rashi's ולא יהיה בכם נגף

א ווארט פון רבין אויף היינטיגע פרשה, פרשת בא. אין פרשת בא לערנט מען אז דער אויבערשטער געהייסן די אידן מאכן דעם קרבן פסח איידער זיי גייען ארויס פון מצרים, און זיי זאלן נעמען די בלוט און שפריצן אויף די טירן, אויף די משקוף און אויף די מזוזות. נאכדעם זאגט דער פסוק, דער אויבערשטער געזאגט: וראיתי את הדם, איך וועל זען די בלוט, ופסחתי עליכם, איך וועל איבערשפרינגען אויף אייך, ולא יהיה בכם נגף, דער משחית וועט ביי אייך נישט... וואס ס'וועט נישט זיין קיין נגף, קיינער פון די אידן וועט נישט שטארבן. און Rashi לייגט צו, Rashi זאגט: הרי שהיה ישראל בביתו של מצרי, ווי איז געווען אז א איד איז געווען יענע נאכט ווען דער אויבערשטער געמאכט מכת בכורות, געהארגעט די בכורים, וועט א איש... אויב א איד געפינט זיך אין די שטוב פון א מצרי, שומע אני ילקה כמוהו, וואלט מען געטראכט ער וועט אויך געשטראפט ווערן ווייל ער איז דארט מיט מצרי צוזאמען, און דער אויבערשטער וועט שטראפן די מצרי, וועט שטראפן דעם איד אויך. תלמוד לומר, אויף דעם זאגט דער פסוק: ולא יהיה בכם נגף, אז ביי די אידן וועט נישט זיין קיין נגף.

Mekarev Every Yid, No Matter How Low — Even If It Means Lowering Yourself

זאגט דער רבי: דאס זעט מען אן אינטערעסאנטע הוראה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן די אידן. ס'איז דא אזעלכע וואס טענה'ען, אז זיי זענען גרייט מקרב זיין אידן וואס מען דארף זיי מקרב זיין צו תורה ומצוות, אפילו זיי זענען פשוט'ע מענטשן, אבער דאס זענען עכ״פ זיי קומען אין בית מדרש, יעמאלט ווילן זיי זיך ארבעטן מיט זיי. אבער אזעלכע מענטשן וואס קומען אין גאנצן נישט צו בית מדרש, מען דארף זיך אראפלאזן צו זיי אין זייער מצב, דאס וועלן מיר נישט טאן. מען וועט בטל זיין פון לערנען, מען וועט אראפגיין אין אזא מצב צו אזעלכע מענטשן, דאס ווילן זיי נישט טאן. אויף דעם קומט די הוראה פון די נאכט פון פסח, מ'זאל אריינטראכטן ווי נידעריק ס'איז געווען די רוחניות'דיגע מצב פון די מענטשן וואס זענען געווען פסח ביינאכט אין א שטוב פון א מצרי. זיי האבן געזען אלץ וואס דער אויבערשטער האט געטאן צו די מצרים, זיי האבן געזען אלע מכות פריער, זיי האבן געוואוסט אז דער אויבערשטער האט געווארנט אז לא תצאו איש מפתח ביתו עד בקר מען טאר נישט ארויסגיין פון שטוב, און נאך אלץ איז דער איד געווען אין א שטוב פון א מצרי, איז ער זיכער אין א נידעריקע רוחניות'דיגע מדרגה. און דעסוועגן דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו, דער אויבערשטער אליין ווי ס'שטייט אין דער הגדה, האט זיך אראפגענידערט ביז אין שטוב פון דער מצרי כדי צו ראטעווען אפילו דעם איד און אים ארויסנעמען פון מצרים און ברענגען אים נענטער צום אויבערשטן. און דאס איז ווייל דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד. פון דעם דארף זיך אליין אפלערנען פאר זיך אליין, די Gemara זאגט אין Berachos: דיו לעבד להיות כרבו, ס'איז גענוג אז א עבד זאל זיין ווי זיין אדון, דער אדון איז דער אויבערשטער, דארף מען טאן ווי דער אויבערשטער טוט, אזוי ווי ס'שטייט והלכת בדרכיו מען דארף גיין אין די וועגן פון דעם אויבערשטן. אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט זיך אליין אראפגעלאזט פון וואו דער אויבערשטער'ס מדרגה איז ביז די שטוב פון מצרי כדי צו מקרב זיין א איד וואס איז אזוי נידעריק צו תורה ועבודה, אזוי דארפן מיר אויך אזוי טאן, מען דארף מקרב זיין יעדער איד צו די תורה ומצוות און מאכן זיכער אז ער וועט נענטער צום אויבערשטן, אפילו אז דאס מיינט אז מען דארף זיך אראפלאזן צו אים, ווייל דער אויבערשטער האט אויך אזוי געטאן. און ס'איז גאראנטירט, אז אויב דער אויבערשטער האט געוויזן דעם וועג, וועט דאס קיינעם נישט שאטן אז מען לאזט זיך אראפ צו אים, נאר די איינציקע זאך וועט זיין, אז מיט עמיך, מען וועט אים מקרב זיין, וועט דאס פועל'ן אז ער אליין וועט אויך ווערן א העכערע מדרגה. ווי די גמרא זאגט אויפן פסוק: מאיר עיני שניהם ה', אז דער אויבערשטער, אויב מען לערנט מיט א צווייטן, מאכט דער אויבערשטער ליכטיג די אויגן פון ביידע, סיי דעם וועמען מען האט געלערנט, ווייל ער הייבט אן לערנען, און דער וואס לערנט מיט אים, דער גייט אויך אין א העכערע מדרגה.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00