Parshas Bo
Why Pharaoh could still be punished with the plague of locusts even after Hashem Himself hardened his heart, and what that says about a Jew's ability to do teshuvah under any circumstance.
Part of Shemot
Works through the difficulty of makkat arbeh: Hashem announces that He hardened Pharaoh's heart, seemingly removing his bechirah, yet still punishes him for not letting the Yidden go. Resolves it through the Alter Rebbe's Iggeres HaTeshuvah and a Maharsha on Elisha ben Avuya, known as Acher, establishing that even someone told from Above that teshuvah is barred to him can still, with great effort, do teshuvah, and is held accountable precisely because that door is never fully closed.
Audio Transcript
א ווארט פון רבי'ן אויף היינטיגע פרשה, פרשת בא. אין פרשת בא האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה רבינו ער זאל גיין צו פרעה און זאגן אים אז ער זאל ארויסלאזן די אידן פון מצרים. און ער צוגעלייגט, כי אם מאן אתה לשלח את עמי, אויב דו וועסט נישט ארויסלאזן די אידן, דו וועסט נישט וועלן, נישט לאזן ארויס די אידן גיין, הנני מביא מחר ארבה בגבולך, איך וועל ברענגען מארגן ארבה, די היישעריקעס אין דיין גבול, אין דיין מדינה, אין ארץ מצרים. דאס הייסט אז די מכה פון ארבה איז געקומען צוליב דעם וואס יעצט פרעה וועט נישט הערן וואס דער אויבערשטער זאגט. ס'איז נישט געקומען אלס א עונש, א שטראף פאר דעם וואס איז געווען פריער, וואס ער האט פריער נישט ארויסגעלאזט די אידן. פאראן א מאל וואס מ'שטראפט א מענטש נאכדעם וואס ער טוט עפעס א שלעכטע זאך, זאגט מען: יעצט וועט ער באקומען די שטראף פאר דעם וואס ער האט געטאן. אבער דא איז נישט דערפאר וואס ער האט געטאן פריער, נאר ער זאגט אים יעצט, פאר דעם וואס דו וועסט יעצט, אויב דו וועסט יעצט נישט ארויסלאזן די אידן, וועל איך דיך שטראפן מיט ארבה. שטעלט זיך א קשיא: שטייט דאך אין פסוק פריער: כי אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו, דער אויבערשטער האט געזאגט: איך האב געמאכט שווער דאס הארץ פון פרעה. ס'איז געקומען א מצב אז דער אויבערשטער האט געזאגט: ביז יעצט האט ער אליין געקליבן נישט ארויסלאזן די אידן, אבער יעצט מאך איך אים שווער דאס הארץ אז ער זאל נישט קענען ארויסלאזן די אידן. דאס הייסט אז דער אויבערשטער האט ביי אים צוגענומען די bechirah chofshis. האט ער נישט קיין ברירה, ווייל דער אויבערשטער לאזט אים נישט אנדערש. ווי אזוי קען מען שטראפן א מענטש פאר נישט טאן א זאך וואס דער אויבערשטער האט געמאכט אז ער זאל עס נישט קענען טאן, און דער אויבערשטער שטראפט אים דערפאר?
זאגט דער Rebbe אז דאס קען מען פארענטפערן לויט וואס דער Alter Rebbe זאגט אין Iggeres HaTeshuvah, און די זעלבע זאך Tanya תניא פרק כ״ה, אז אפילו ביי איינעם Gemara עס שטייט אין גמרא אויף אים: אין מספיקין בידו לעשות תשובה, אז ער טוט א געוויסע עבירה, געוויסע עבירות פארדעם וואס עס שטייט אין מספיקין בידו לעשות תשובה, מ'לאזט אים נישט טאן תשובה, הייסט מן השמים איז מען נישט מספיק אים, מ'לאזט אים נישט מיט דער, מ'לאזט נישט, ווי מ'זאל נישט זאגן אז ער זאל תשובה טאן. און דעסוועגן זאגט דער אלטער Alter Rebbe אויב ער וועט זיך מתגבר געווען אויף זיין יצר הרע און ער האט געטאן תשובה נעמט מען אן די תשובה. דאס הייסט דער אלטער רבי זאגט אז אפילו ווען איינער איז אין א מצב וואס מן השמים האט מען צוגענומען ביי אים די מעגליכקייט פאר טאן תשובה, פון דעסוועגן קען ער נאך אלץ טאן תשובה. ווייל אין לך דבר העומד בפני התשובה, נישטא קיין זאך וואס שטייט אקעגן תשובה, תשובה קען אלעמאל העלפן.
און דער מקור פונעם אלטן רבי'ן ווי ס'קוקט אויס איז פון א Maharsha, מ'זוכט גיכער אויף דאס וואו ער באהאנדלט, דארטן שטייט Elisha ben Avuya Acher, אחר, ס'איז אראפ פון דרך, האט ער געהערט א בת קול וואס האט געזאגט: שובו בנים שובבים חוץ מאחר, אלע אידן זאלן תשובה טאן חוץ פון Acher. דאס הייסט מן השמים האט מען אים אנגעזאגט אז ער קען נישט תשובה טאן. פון דעסוועגן זאגט דער Maharsha האט אים דער אויבערשטער אים געשטראפט. פאר וואס? ווייל ער האט געדארפט אף af al pi chen tan teshuvah תשובה. און דער Maharsha זאגט: אין דבר העומד בפני התשובה, נישטא קיין זאך וואס שטייט אקעגן תשובה. דאס הייסט אפילו איינער וואס דער אויבערשטער האט צוגענומען די געלעגנהייט ביי אים פאר טאן תשובה, פון דעסוועגן קען ער נאך אלץ טאן תשובה, אבער ס'איז שווער, מען דארף זיך קוועטשן אויף דעם. די זעלבע זאך דא: הגם דער אויבערשטער האט צוגענומען ביי פרעה די בחירה פון טאן תשובה, אני הכבדתי את לבו, פון דעסוועגן איז נאך אלץ דא די מעגליכקייט ער זאל זיך מתגבר זיין אויף זיין יצר הרע, כאטש עס איז שווערער א סך, אבער ער קען עס טאן און תשובה טאן. און דערפאר איז ער געשטראפט געווארן מיט די מכה פון ארבה פאר דעם וואס ער האט זיך נישט מתגבר געווען אויף זיין יצר הרע און נישט געטאן תשובה, ווייל ער קען טאן תשובה. Kal vachomer פונעם פארשטייט מען ביי א אידן, אז אפילו ס'איז זייער שווער צו טאן תשובה, נישטא קיין זאך אז א מענטש זאל נישט קענען טאן תשובה, און אז ער טוט תשובה אפילו אין א מצב ווען ס'איז שווער און דער אויבערשטער אליין זאגט אז אין מספיקין בידו, קען ער נאך אלץ טאן תשובה און די תשובה וועט נתקבל ווערן ביים אויבערשטן.