Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Ki Sisa

What it means that the broken luchos were kept in the aron together with the new ones, and what that teaches about how Torah is meant to be learned.

Part of Shemot

Letters carved into stone become part of the stone itself, unlike ink on parchment, which stays a separate entity that can be erased, a distinction used here to explain why both sets of luchos, whole and broken, were placed in the aron. Learning Torah has to reach the point where the Torah becomes one's own mahus, not just information absorbed by the mind, and the Alter Rebbe's reading of 'im b'chukosai' as connected to chakikah, engraving, makes that point about limud haTorah generally. But becoming one with the sechel of Torah still isn't the whole picture: the broken luchos alongside the whole ones point to the bittul, the broken-heartedness, needed to receive the kedusha and Elokus inside the Torah, not just its intellectual content.

Audio Transcript
Why the Broken Luchos Were Kept Alongside the New Ones

א ווארט פונם רבין אויף היינטיקע פרשה פרשת כי תשא. פרשת כי תשא לערנט מען אז Moshe Rabbeinu איז אראפגעגאנגען פון בארג און דער אויבערשטער האט אים געגעבן די לוחות, האט ער געזען אז די אידן האבן געמאכט דעם עגל, האט ער צובראכן די לוחות. דערנאך איז ער ארויף צוריק אויפן בארג און דער אויבערשטער האט אים געגעבן אנדערע לוחות, און נאכדעם האט מען דאס אריינגעלייגט אין ארון. זאגט די Gemara אין Bava Basra און Menachos: אז לוחות ושברי לוחות מונחין בארון. סיי די לוחות, די גאנצע לוחות, און די צובראכענע לוחות ליגן אין דעם ארון. האבן מיר אריינגעלייגט אין ארון נישט נאר די גאנצע נייע לוחות, נאר אויך די צובראכענע לוחות האבן מיר אריינגעלייגט אין ארון. יעדע זאך וואס שטייט אין תורה Torah א avodat Hashem עבודת השם. וואס איז די הוראה פון דעם וואס די לוחות און די צובראכענע לוחות ליגן אין ארון?

Engraved Letters vs. Written Letters: What the Luchos Teach About Learning Torah

זאגט דער רבי אזוי: דרינגען פון לוחות באווייזט ווי אזוי מען דארף לערנען Torah. די לוחות, די ווערטער זענען געווען אויסגעקריצט אין אויף דעם שטיין פון די לוחות. דער חילוק פון אותיות וואס זענען אויסגעקריצט אין א שטיין לגבי אותיות וואס זענען געשריבן געווארן אויף א פאפיר אדער אויף פארמעט, איז אז אותיות וואס זענען געשריבן מיט טינט זענען צוויי ענינים. די אותיות וואס זענען די טינט, מיט די פאפיר אדער די פארמעט, זענען צוויי ענינים. זיי זענען זייער נאנט, איינע ליגט אויף די אנדערע, זיי ווערן כמעט ווי איינס, אבער זיי בלייבן צוויי זאכן. עד כדי כך אז מען קען אפילו אויסמעקן די אותיות פון דעם פאפיר אדער פון דעם פארמעט, זענען צוויי באזונדערע זאכן. אבער אותיות וואס זענען אויסגעקראצט אין א שטיין, דא זענען די אותיות וואס זענען פון דעם שטיין אליין, ס'איז א חלק פון דעם שטיין. און דאס איז די הוראה בכלל פון די לוחות: אז מען לערנט תורה דארף מען לערנען אין אן אופן נישט נאר אז מען לערנט די תורה, ס'איז נישט גענוג אז מען לערנט די תורה, נאר ס'דארף זיין אז מען ווערט איין זאך מיט די תורה. די תורה וואס מען לערנט דארף ווערן מיין מציאות, מיין מהות, נישט סתם איך און איך לערן תורה, ס'ווערט מיין מציאות. דאס איז די הוראה פון דעם וואס דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה, דער עיקר איז אין די לוחות צו ווייזן אונז ווי אזוי מען דארף לערנען תורה. ווי דאס ווי Alter Rebbe רבי איז מסביר אויף דעם וואס שטייט אם בחוקותי תלכו ונתתי גשמיכם בעתם, אז אויב איר וועט גיין אין מיינע חוקים וועט דער אויבערשטער געבן שכר. וואס מיינט גיין אין מיינע חוקים? זאגט Rashi: דאס מיינט לערנען Torah. פרעגט דער Alter Rebbe: חוקים איז נישט קיין ווארט פון לערנען תורה, חוקים איז א תואר אויף געוויסע סוג פון מצוות, ס'פאראן חוקים, משפטים און עדות. חוקים זענען די מצוות וואס האבן נישט קיין טעם. יא וואס זאגט ער עפעס? בשעת וואס ער רעדט וועגן לערנען תורה זאגט די תורה א לשון חוקים. זאגט דער אלטער רבי: ווייל די ווארט חוקי האט נאך א טייטש, פון לשון חקיקה. חקיקה מיינט אויסגעקריצט. אז מען לערנט תורה דארף מען לערנען תורה אז ס'זאל זיין אויסגעקריצט. אזוי ווי ווערטער אויסגעקריצט אין א שטיין, איז איין מציאות מיט דעם שטיין, אזוי אויך דארפן אידן לערנען תורה אויף אזא אופן אז מען ווערט איין זאך מיט די תורה. פון דעסטוועגן אבער אפילו מען לערנט תורה און מען ווערט איין זאך מיט דעם שכל וואס מען לערנט, פון דעסטוועגן וואס קען זיין איז אז מען ווערט איין זאך מיט דעם שכל פון תורה.

Beyond Understanding: The Bittul Needed to Reach the Kedusha in Torah

תורה איז אבער דא נאך אן ענין, ס'איז דא די קדושה אין תורה, ס'איז דא די ג-טלעכקייט אין תורה, די אלוקות וואס איז דא אין תורה, די הייליגקייט וואס איז דא אין די תורה. דאס קען מען נישט ווערן איינס. ווייל ווען מען לערנט תורה מיט מיין שכל, בין איך דאך א מציאות, און מיין מציאות איז א מוגבלדיקע מציאות. ווי קען אלוקות, וואס דאס איז בלי גבול, אריינקומען אין מיר און ווערן איין זאך מיט מיר? בשעת אבער אז מען איז מבטל דעם אייגענע מציאות, מען מאכט זיך אויס מציאות, יעמאלט קען זיין א כלי אויפצונעמען די קדושה פון תורה, די אלוקות וואס איז דא אין תורה. און דאס איז דער ענין פון שברי לוחות, צובראכענע לוחות. בשעת מען צעברעכט מיין מציאות, מען פילט אזוי ווי דער פסוק זאגט: לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה, מען האט א צובראכן הארץ, מען איז מבטל די אייגענע ישות, מען איז מבטל די אייגענע מציאות, יעמאלט איז מען איין זאך נישט נאר מיט דעם שכל פון די תורה, מען ווערט איין זאך אויך מיט די קדושה פון תורה. און דאס איז די הוראה וואס איז דא פון לוחות ושברי לוחות מונחין בארון, אז דאס איז איינגעבונדענע. סיי די לוחות וואס דאס באווייזט אז מען דארף לערנען תורה ביז מ'ווערט א מציאות, אבער צוזאמען מיט דעם, כדי מען זאל לערנען באמת ווי אזוי ס'דארף צו זיין, איז אויב זי האט די שברי לוחות אויך, די צובראכנקייט וואס איז דא אין די לוחות, יעמאלט איז דאס א גאנצע זאך. און דאס איז די הוראה פון דעם וואס אין דער ארון, וואס דאס איז מרמז אויף דעם ענין פון תורה בתכלית השלימות, אז וואס איז דא אין דער ארון? אין דער ארון איז געווען די לוחות מיט די שברי לוחות צוזאמען. לערנען מיט אן אופן וואס מען ווערט א metzius מיט די Torah, און נישט נאר דאס, נאר מען האט דעם ביטול המציאות, די שברי לוחות, יעמאלט איז דאס דער לימוד התורה בתכלית השלימות.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00