Parshas Shemos
Rambam's shiur on avodas perech in Hilchos Avadim becomes a lens on what it looks like when parnassah takes over without any gvul.
Part of Shemot
Looking at ויעבידו מצרים את בני ישראל בפרך, this Yiddish-language vort traces Rambam's definition of avodas perech — labor with no ketzavah and no toeles — into contemporary terms: a Yid so immersed in gashmiyus that minyan, shiurim, and davening fall away entirely. The fix is a gvul on the arbeit itself, so the work becomes worthy of brachah, and that boundary is framed as every Yid's own ongoing yetzias Mitzrayim.
Audio Transcript
א ווארט פון רעבן אויף היינטיקע פרשה, פרשת שמות. אין פרשת שמות שטייט אין פסוק ויעבידו מצרים את בני ישראל בפרך, אז מצרים האבן געמאכט יידן ארבעטן בפרך. איז א קשיא, בפרך מיינט עבודה קשה, שווערע ארבעט, און אויף דעם שטייט וימררו את חייהם בעבודה קשה, דאס האט געמאכט ביטער זייער לעבן. איז דער רבי מסביר אז ס'איז שייכות דער זעלבער ענין, אין אן אנדער פארם, דער זעלבער ענין אין רוחניות היינטיקע צייטן ביי יידן, אז ס'זאל זיין אין דעם אופן פון זיין ארבעטן פאר... ארבעטן בפרך. וואס איז דער ענין פון בפרך? זאגט דער Rambam אין הלכות עבדים, בשעת ער רעדט וועגן די הלכה אז אויב א ייד האט אן עבד עברי, ער קויפט אן עבד עברי, א יידישן עבד, טאר ער נישט ארבעטן מיט אים בפרך. זאגט דער Rambam, וואס מיינט בפרך? וואס טאר ער נישט טאן? בפרך מיינט אז מען טוט אן ארבעט שאין לה קצבה ואין לה תכלית, אן ארבעט וואס האט נישט קיין סוף, און אן ארבעט וואס האט נישט קיין תכלית. למשל, ער טאר נישט זאגן דעם עבד, גיי ארבעט, טו דאס און דאס ביז איך קום. ער ווייסט נישט ווען ער וועט קומען, איז דאס אן ארבעט וואס ער ווייסט נישט ווען ס'איז זיין סוף צו דעם, דאס הייסט עבודת פרך. אדער ער טאר אים נישט זאגן, טו אן ארבעט וואס ער דארף עס נישט, ס'איז נישט דא קיין תכלית, טאר ער אים נישט זאגן דאס צו טאן. זעט מען פון דעם Rambam אז די טייטש פון עבודת פרך איז עבודה וואס האט נישט קיין סוף און עבודה וואס האט נישט קיין תכלית.
זאגט דער רבי, היינטיקע צייטן איז אויך שייך אזא זאך. ס'איז שייך אז א ייד זאל זיין אזוי פיל אריינגעלייגט אין זיין גשמיותדיקע פרנסה, אזוי פיל אריינגעטאן, אז ס'איז אין אן אופן וואס האט נישט קיין סוף. דארפן דארף זיין א בטחון אין פרנסה, א ייד דארף ארבעטן, מאכן פרנסה, אבער ס'דארף האבן א סוף. דאס הייסט, נישט אלעמאל טוט מען דאס, ס'איז דא א גבול. ס'איז דא צייטן ווען מען דארף דאווענען מיט א מנין, ס'איז דא צייטן ווען מען דארף האבן א שיעור אין לערנען, ס'איז דא אנדערע זאכן וואס מען דארף טאן, ס'איז נישט... האט נישט קיין סוף. אויב א ייד האט זיך אזוי פיל אריינגעטאן אין די גשמיות פון דעם, און ער טראכט וועגן דעם די גאנצע צייט, און ער פארגעסט... גייט ער נישט אין שול מנין, און פארלערנט ער נישט, דאס הייסט אן ארבעט, אן עבודה שאין לה קצבה, וואס האט נישט קיין סוף. דאס איז אויך אן עבודה וואס האט נישט קיין תכלית. מען ארבעט דאך כדי מען זאל מאכן א פרנסה, אבער מען ווייסט אז דער אייבערשטער האט געזאגט אז כדי צו מאכן א פרנסה דארף עס זיין אלץ וואס ס'דארף צו זיין. אויב ער טוט עס אין אן אופן וואס האט נישט קיין סוף און ער טוט נישט וואס מען דארף, דאווענען מיט א מנין, מיט לערנען וכדומה וכדומה, האט עס נישט קיין תכלית, וואס דאס וועט נישט ברענגען קיין ברכה. איז אזא פאל, א ייד וואס איז אין דעם מצב, דאס איז די עבודת פרך וואס איז דא ביי... וואס איז די עבודה פון מצרים אין א רוחניותדיקן וועג. איז דא ביי די יידן אין מצרים איז דאס געווען וימררו את חייהם, ס'האט געמאכט ביטער זייער לעבן אין גשמיות, ווייל זיי האבן געטאן, ער האט זיי געגעבן ארבעט שאין לה קצבה ואין לה תכלית, ס'האט נישט קיין סוף, ער האט געמאכט מען זאל... געמאכט ארבעטן אזוי אז ס'האט נישט קיין תכלית, אבער היינטיקע צייטן קען עס זיין ברוחניות. דארף א ייד וויסן אז אויב ס'איז אזוי, דאס איז די עבודה פון גלות מצרים. און א ייד דארף וויסן אז מען דארף ארויסגיין פון מצרים. אזוי ווי ס'איז געווען Yetzias Mitzrayim, און יעדן טאג דארף א ייד געדענקען ענין פון Yetzias Mitzrayim, וואס מיינט... מיינט ער דארף ביי זיך אליין ארבעטן ארויסצוגיין פון מצרים, ארויסצוגיין פון די ארבעט, וויסן אז מען דארף טאקע זיין פארנומען מיט גשמיות, דער אייבערשטער וויל אזוי, וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה, ה' גיט די ברכה אויב מען טוט, אויב מען ארבעט, אבער ס'דארף זיין אן ארבעט וואס האט א קצבה, מיט א גבול, מען דארף טאן וויפיל מען דארף, אבער מיט א גבול, נישט מער, און מען דארף עס טאן אין אן אופן וואס זאל ברענגען טאקע די תכלית, ברענגען די ברכה, אויב מען טוט דאס אין אן אופן אז מען נעמט זיך צו קיין צייט פאר דאווענען Yetzias Mitzrayim מנין און פאר לערנען וכדומה וכדומה, דעמאלט האט ער די באמת'ע יציאת מצרים, וואס דאס איז די גאולה פון מצרים בפרטיות ביי יעדער ייד אין זיין עבודה רוחנית.