Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Shemos

Why Rashi compares the Yidden to the stars in two seemingly opposite ways: counted together as a group, yet called individually by name.

Part of Shemot

Rashi's comment on ואלה שמות בני ישראל ties being counted to the nekudah meshutefes every neshamah shares, and being called by name to the individuality that makes every Yid distinct — two forms of love the Eibershter shows toward Klal Yisrael as a whole and toward each person separately. The same duality turns up at Matan Torah, where אנכי ה' אלקיך is phrased in the singular even though an entire nation stood at the mountain.

Audio Transcript
Rashi: Counted Like Stars, Called by Name

א ווארט צו רעדן אויף היינטיגע פרשה, פרשת שמות. די פרשה פאנגט זיך אן מיט די ווערטער ואלה שמות בני ישראל. דער פסוק דערציילט די נעמען פון די בני ישראל. זאגט Rashi: אף על פי שמנאם בחייהם ובשמותם, חאטש אז דער אייבערשטער האט שוין געציילט די אידן ווען זיי זענען נאך געווען ביים לעבן מיט זייערע נעמען, חזר ומנאם במיתתם, ציילט ער זיי נאכאמאל נאכדעם וואס זיי זענען אוועק, להודיע חיבתן, צו ווייזן וויפיל דער אייבערשטער האט ליב די אידן, שנמשלו ככוכבים, וואס די אידן זענען אזוי ווי די שטערן, שמוציאן ומכניסן במספר ובשמותם, דער אייבערשטער נעמט זיי אריין, נעמט זיי ארויס און ברענגט זיי אריין מיט ציילן און מיט זייערע נעמען. און ער ברענגט דעם פסוק המוציא במספר צבאם לכולם בשם יקרא. דאס הייסט אז Rashi זאגט אז דער אייבערשטער איז, האט ליב די אידן אזוי ווי ס'איז א משל פון שטערן. אזוי ווי ביי שטערן איז דא דער ענין וואס דער אייבערשטער ציילט די שטערן און ער רופט זיי ביי די נעמען, איז דער אייבערשטער האט ליב די אידן אויך אין דער זעלבער וועג. וואס מיינט דאס?

Two Opposite Kinds of Love: Klal and Prat

זאגט דער רבי: וואס מיינען די צוויי ענינים, אז ער האט זיי ליב מיט ציילן און מיט רופן זיי ביים נאמען? דער חילוק פון ציילן און רופן ביים נאמען איז א הופכיות, ס'איז פארקערטע זאכן. אז מען ציילט א סך זאכן, מיינט מען יעדע זאך וואס האט, די אלע זאכן האבן אין זיך א נקודה משותפת, זענען אלע גלייך, מען וויל וויסן וויפיל מען האט. איינע וואס איז א בעסערע זאך, איי מען ציילט, מאכט ציילן, ציילט מען דאס נישט ווי צוויי. איי מען ציילט, יעדער איינער איז איינער, א בעסערע, א שוואכערע, יעדער איינער איז איינער. דאס הייסט דא רעדט מען וועגן די נקודה משותפת וואס אלע האבן. דער ענין פון רופן ביים נאמען איז פונקט פארקערט. אז מען רופט דאס אפ ביים נאמען, רופט מען דאס, דער נאמען באווייזט וואס פאר א זאך דאס איז, עס באווייזט ביחידות וואס יעדע זאך איז אלס א באזונדערע זאך. איז די ערשטע זאך, דער ענין פון ציילן איז רעדט זיך וועגן די נקודה משותפת וואס יעדע זאך האט מיט אלע אנדערע, און דער ענין פון נאמען פארקערט, באווייזט ווי יעדע זאך איז אנדערש איינע פון דעם צווייטן. און דאס איז וואס Rashi מיינט: אז דער אייבערשטער האט ליב די אידן מצד ביידע זאכן. ער האט ליב יעדער איד ווייל ער איז א איד, וואס אלע אידן זענען גלייך, ס'איז דא א כלל ישראל און אלע אידן זענען גלייך. און דער אייבערשטער האט ליב יעדער איד מצד דעם וואס ער איז א איד, דאס איז א נקודה משותפת וואס אלע האבן. יעדער איד האט א נשמה, א נפש אלקית, וואס דער אלטער רבי זאגט אין Tanya איז א חלק אלוקה ממעל ממש, א חלק פון אייבערשטן, יעדער איד האט דאס. אלע אידן זענען גלייך אין דעם, און דער אייבערשטער האט ליב יעדער איד ווייל ער איז א חלק פון דעם כלל וואס יעדער איד האט א נשמה. דער אייבערשטער האט אויך ליב יעדער איד מצד די פרט, וואס יעדער איד איז א ענין פרטי, יעדער איד איז מיוחד, ספעציעל אין זיין ענינים, האט דער אייבערשטער ליב יעדער איד אלס יחיד, נישט נאר אלס א חלק פון א כלל וואס אלע האבן די זעלבע זאך אין דעם כלל, נאר אלס יעדער איד אלס יחיד וואס ער איז. און דאס איז וואס דער פסוק זאגט דא, אז דער אייבערשטער ציילט די אידן און דער אייבערשטער רופט זיי ביי די נעמען אזוי ווי ביי די שטערן. מיט דעם וויל ער ארויסברענגען די חיבה, די אייבערשטערס ליבשאפט צו די אידן מצד ביידע ענינים: א איד אלס א חלק פון א כלל וואס ער האט א נשמה ווי אלע אידן האבן, און אלס פרט.

The Same Pattern at Matan Torah

פאר דאס געפינט מען אויך ביי מתן תורה. דער אייבערשטער האט אנגעהויבן מתן תורה מיט אנכי ה' אלקיך, איך בין ג-ט דיין ג-ט, אלקיך לשון יחיד, פאר יעדן יחיד באזונדער. פאר וואס האט ער געזאגט לשון יחיד, ער האט דאך גערעדט צו א סך מענטשן? שטייט אין חז\"ל צוויי פשטים, צוויי פארקערטע פשטים: איין פשט איז אז מען רעדט צו א גאנצן גרופ אלס איין מציאות, קען מען דאס זאגן א לשון יחיד. פון צווייטן זייט שטייט אז דער אייבערשטער האט גערעדט צו יעדן יחיד באזונדער. יעדער איד וואס איז געשטאנען ביים Har Sinai האט געפילט אז דער אייבערשטער רעדט צו אים ביחידות, ספעציעל צו אים. און ס'איז נישט קיין סתירה, ווייל ס'איז ביידע זאכן. דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה צו אלע, צום כלל ישראל, צו יעדן איד ווייל ער איז א איד, און נאכדעם האט ער געגעבן צו יעדן איד אלס וואס ער איז, אלס יחיד. זעלבע זאך דא, דער אייבערשטער באווייזט די ליבשאפט צו יעדן איד מצד די ביידע זאכן: סיי דאס וואס ער איז א איד, א חלק פון כלל ישראל, און סיי דאס וואס ער איז וואס ער איז אלס יחיד, איז דער אייבערשטער באווייזט זיין ליבשאפט צו אים אין ביידע אופנים.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00