Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Va'eira

Why sparing Eretz Goshen from the makkah of ערוב proves that Hashem is found inside every Yid, even one sunk בקרב הארץ.

Part of Shemot

A reading of והפליתי ביום ההוא את ארץ גשן that goes past the simple proof of Hashem's presence in the land, to what בקרב הארץ really points to: a Yid mired in gashmiyus. Sparing Goshen wasn't only about the makkah — it demonstrated that even such a Yid still carries a חלק אלוקה ממעל ממש, because every neshamah is a piece of Hashem regardless of where a person's madreigah happens to sit.

Audio Transcript
Separating Goshen from the makkah of ערוב: the simple peshat

א ווארט פונעם רבי'ן אויף היינטיקע פרשה, Parashat Va'era. אין Parashat Va'era מע רעדט זיך וועגן די מכה פון ערוב, זאגט דער pasuk אז דער אויבערשטער האט געזאגט: \"והפליתי ביום ההוא את ארץ גשן אשר עמי עומד עליה\", כ'וועל פאנאנדערטיילן, אפשיידן יענעם טאג, אינעם טאג פון דער מכה, ארץ גשן וואס דארטן לעבן די יידן, \"לבלתי היות שם ערוב\", דארטן איז נישט אנגעקומען ערוב. און וואס וועט זיין דורך דעם? \"למען תדע\", כדי אז דו זאלסט וויסן \"כי אני ה' בקרב הארץ\", אז איך בין דער גאט אין דעם לאנד, דאס הייסט אין דער וועלט, דאס הייסט מיט דעם וועט דער אויבערשטער באווייזן אז דער אויבערשטער איז ba'al habayit, דאס איז דער פשוט'ער peshat.

בקרב הארץ: every Yid carries a חלק אלוקה even when sunk in גשמיות

און דער רבי לערנט דא א טיפערן peshat. ער זאגט דער peshat איז אזוי: ער האט געזאגט אז ער וועט אפשיידן גשן, ווייל באלד יידן לעבן דארט וועט נישט אנקומען קיין מכה דארטן, דאס הייסט מיט דעם וועט מען באווייזן וואס יידן זענען, אז יידן זענען דעם אויבערשטנ'ס פאלק, ממילא דארטן איז נישטא קיין מכה. זאגט דער רבי: וואס איז דער peshat \"בקרב הארץ\"? הארץ איז די ערד, די ערד ווייזט אויף נידעריקייט. ס'איז נידעריק, ס'איז gashmiyut, ס'איז גראב. און ס'איז דא יידן, rachmana litzlan, וואס זענען אין א madregah פון בקרב הארץ, זיי געפינען זיך איינגעזונקען אין די ארץ, אין artziyut, אין gashmiyut, אין גראבקייט. וויל דער pasuk זאגן אז דער אויבערשטער וועט דא באווייזן אז יעדער ייד, אפילו א ייד וואס איז פארגראבט, פון דעסוועגן איז דער אויבערשטער אין אים. וואס מיט דעם וואס ער שיידט אפ גשן וואו ס'לעבן יידן פון די אנדערע ערטער וואס ס'איז דא אין מצרים באווייזט אז יעדער ייד איז אנדערש, יעדער ייד האט זיך דעם אויבערשטן אין זיך. אויבבאלד יעדער ייד האט א neshamah, די neshamah איז א chelek Elokah mima'al mamash, א neshamah איז א חלק פון דעם אויבערשטן, איז יעדער ייד, אפילו ווען ער איז גראב, בקרב הארץ, איז דער אויבערשטער מיט אים און דער אויבערשטער איז אין אים, דער chelek Elokah mima'al mamash איז דארטן. און דאס זאגט דער pasuk, דער אויבערשטער זאגט איך וועל אפטיילן ארץ גשן ווייל מיין, עמי, דאס הייסט מיינע, מיין פאלק איז דארטן, און דארטן איז נישט אנגעקומען קיין ערוב. וואס וועט מען וויסן פון דעם? אז דער אויבערשטער איז מיט יידן, און דער אויבערשטער איז אין די יידן, ווי דער ייד זאל נאר נישט זיין. \"למען תדע\", וועסטו וויסן אז אלע יידן, אפילו \"כי אני ה' בקרב הארץ\", איך בין דער גאט אין די יידן, אפילו בקרב הארץ, אין אזעלכע וואס זענען בקרב הארץ, וואס זענען אין gashmiyut. און דאס האט באוויזן דאס וואס ארץ גשן וואו ס'לעבן די יידן האט נישט געהאט די מכה, און דאס איז געווען פאר אלע יידן, ווייל אלע יידן זענען הייליק און אלע יידן האבן דעם אויבערשטן אין זיך, יעדער ייד איז א chelek Elokah mima'al mamash.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00