Parshas Va'eira
Why Hashem punishes the nations not only because they deserve it, but so that Yisrael will hear and fear.
Part of Shemot
Rashi's comment on ואני אקשה את לב פרעה raises an obvious question: isn't a nation's own behavior reason enough for its punishment, without needing to add that it's meant to instill יראת שמים in the Yidden? The answer goes back to Rashi's opening ב' ראשית — the world created for the sake of the Torah and Yisrael — which means that whatever appears to happen for its own reasons ultimately serves the Yidden, punishment on the nations included.
Audio Transcript
א ווארט פון רבין אויף היינטיקע פרשה, Parashat Va'era. אין Parashat Va'era שטייט א פסוק, האט דער אייבערשטער געזאגט צו Moshe Rabbeinu: ואני אקשה את לב פרעה, איך וועל מאכן פרעה'ס הארץ שווער, הארט. איז Rashi זאגט אויף דעם: טוב לי שיוקשה לבו, איז גוט, גוט פאר מיר אז זיין הארץ וועט ווערן הארט, למען הרבות בו אותותי ותכירו גבורותי, סא איך זאל מרבה זיין אין די מופתים וואס איך וועל טאן, און מען וועט דערקענען מיין שטארקייט. וכן מדתו של הקדוש ברוך הוא, Rashi לייגט צו, דאס איז די מידה פון דעם אייבערשטן, מביא פורענות על אומות העולם כדי שישמעו ישראל וייראו, ברענגט עונש אויף די גוים כדי די יידן זאלן הערן און די יידן זאלן מורא האבן פאר'ן אייבערשטן, די יידן זאלן האבן yirat shamayim. לכאורה נישט פארשטאנדיק, בשעת גוים פירן זיך אזא אופן אז זיי קומט אן עונש, איז דאס דאך גענוג א סיבה פארוואס דער אייבערשטער זאל ברענגען פורענות אויף די גוים. וואס איז דער פשט אז די מידה של הקדוש ברוך הוא אז ער ברענגט פורענות, שטראף אויף די גוים, איז כדי אז די יידן זאלן הערן און די יידן זאלן מורא האבן? לכאורה איז גענוג, ער ברענגט א עונש אויף די גוים, ער שטראפט די גוים וואס ס'קומט זיי די שטראף.
נאר דער פשט איז, Rashi ברענגט אין אנפאנג Chumash אז די וועלט איז באשאפן געווארן בשביל ישראל ובשביל ha-Torah, צוליב די יידן און צוליב די Torah. שטייט: בראשית ברא אלקים, די ווארט בראשית איז געמאכט געווארן פון צוויי ווערטער, בית ראשית. דער אות ב' האט צוויי פשטים: איין זאך איז ב' מיינט צוויי, בית ראשית, מיט צוויי זאכן וואס הייסן ראשית, און Rashi ברענגט פסוקים אז סיי יידן סיי די Torah הייסן ראשית. און דער בית איז אויך א ראשי תיבות פון ווארט בשביל, דאס הייסט אז די וועלט איז באשאפן געווארן בשביל בית ראשית, צוליב די Torah און צוליב די יידן. ממילא איז פארשטאנדיק, אז פונקט ווי די באשאפונג פון דער וועלט איז אינגאנצן צוליב די יידן און די Torah, איז די זעלבע זאך אלץ וואס פאסירט אין דער וועלט איז אויך די כוונה פון דעם אז פון דעם זאל ארויסקומען עפעס א גוטע זאך פאר די יידן און Torah. און דערפאר, אפילו אז ס'קוקט אויס אז ס'איז דא אן אנדער סיבה פארוואס דער אייבערשטער טוט זאכן, פארוואס דער אייבערשטער למשל גיט שטראף צו די גוים, וואס ס'קומט זיי שטראף, מוז מען זאגן אז ס'איז דא א תועלת, ס'איז דאס כדי ס'זאל עפעס העלפן די יידן. און דאס איז דער פשט וואס Rashi מיינט ווען ער זאגט אז דער אייבערשטער שטראפט די גוים כדי שישמעו ישראל וייראו, כדי די יידן זאלן מורא האבן, די יידן זאלן האבן yirat shamayim, כאטש אז בחיצוניות קוקט עס אויס אז דאס קומט אויף די גוים צוליב זיי, צוליב דעם וואס זיי האבן געטאן, ווייל וואס גייט דאס אן די יידן די עבירות פון די גוים און זייער שטראף, וואס האט עס צו טאן מיט יידן? זאגט Rashi: ניין, אז דאס מוז זיין עפעס וואס וועט העלפן די יידן. דער אמת איז אז דאס איז, אלץ איז כדי אז די יידן זאלן קומען צו yirat shamayim. און דאס איז, אזוי ווי די גאנצע, ווי געזאגט, אזוי ווי די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן צוליב Torah און יידן, איז אלץ וואס פאסירט, אפילו מיט די גוים, איז אויך כדי אז פון דעם זאל עפעס ארויסקומען א תועלת פאר די יידן.