Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
ACHARON SHEL PESACH

Acharon Shel Pesach

Asking that Mashiach's own pesukim be fulfilled on us sounds almost chutzpadik — until the same idea that explains Moshe Rabbeinu's 'small' yiras Hashem resolves it.

Part of Acharon Shel Pesach

Explores the tefillah before Krias HaTorah where we ask that the pasuk describing Mashiach's ruach be fulfilled upon us, and the boldness of the Alter Rebbe in including a line some considered inappropriate to say. Resolves the difficulty with the Me'or Einayim's idea that every Yid holds a nitzotz of Mashiach, paralleling the Alter Rebbe's explanation in Tanya of how a nitzotz of Moshe Rabbeinu lets every Jew fulfill, at his own level, what is 'a small thing' for Moshe. Ties this especially to Acharon Shel Pesach, the day of Mashiach's gilui and the Baal Shem Tov's Seudas Mashiach.

Audio Transcript
Mashiach's Pesukim in the Haftarah — and the Chutzpah of Asking for Them Ourselves

א ווארט פון רבי'ן וועגן יום טוב ובפרט וועגן אחרון של פסח. אחרון של פסח זאגט מען די הפטורה וואו די פסוקים זענען מתאר משיח'ן. און די פסוקים זענען, פסוק זאגט: \"ונחה עליו רוח ה'\", ס'וועט רוען אויף אים די רוח פון אייבערשטן, \"רוח חכמה ובינה רוח עצה וגבורה רוח דעת ויראת ה'\", די אלע מעלות וואס משיח וועט האבן. דערנאך דער פסוק גייט ווייטער און זאגט: \"והריחו ביראת ה'\", אז אין פסק'נען וועט ער פסק'נען נישט ווייל ער דארף טון חקירה ודרישה, נאר ער שמעקט עס, און פון דעם וועט ער קענען פסק'נען דינים, פסק'נען משפטים וכדומה וכדומה וכדומה וכדומה. דאס שטייט וועגן משיח'ן, און דאס זאגט מען אחרון של פסח. פרעגט זיך א שאלה: יעדן יום טוב פאר קריאת התורה, בשעת מ'עפנט דעם ארון הקודש, איז דא א ספעציעלע \"ריבונו של עולם\" וואס מ'זאגט, און מ'בעט דעם אייבערשטן ער זאל אונז ענטפערן זאכן וואס מ'דארף, געבן אונז זאכן וואס מיר בעטן אים. און צווישן די זאכן וואס מיר בעטן אים איז \"ויקוים בנו מקרא שכתוב\", ס'זאל מקוים ווערן ביי אונז א פסוק וואס שטייט, און מיר זאגן דעם פסוק וואס שטייט ביי משיח'ן: \"ונחה עליו רוח ה'\", ס'זאל מקוים ווערן ביי אונז דער פסוק \"ונחה עליו רוח ה' רוח חכמה ובינה רוח עצה וגבורה רוח דעת ויראת ה'\". שטעלט זיך א שאלה: ס'איז דאך א פסוק וואס שטייט וועגן משיח'ן, וואס הייסט אז מיר שטייען און זאגן אז מיר בעטן דעם אייבערשטן אז אין אונז זאל מקוים ווערן די אלע זאכן? ס'איז נישט נאר וואס ס'איז נישט ריכטיג, ס'איז א חוצפה! מ'שטייט ביים ארון הקודש, בשעת דער ארון הקודש איז אפן, די ספרי תורה זענען דארטן, און מ'זאגט אזא זאך?! ס'איז א חוצפה צו זאגן אז מיר ווילן... וואס, איך בין משיח? וואס איך... איך וויל אז ס'זאל מקוים ווערן... מיר זאגן אז ס'זאל מקוים ווערן ביי אונז! עד כדי כך אז ס'איז געווען אזעלכע וואס האבן געזאגט אז מען זאל עס נישט זאגן, ווייל ס'פאסט נישט, ווי קען מען דאס זאגן? אבער דער אלטער רבי האט דאס יא אריינגעשטעלט אין נוסח, און דער אלטער רבי איז געווען זייער מדייק, און האט אלץ געטאן ממש ווי ס'דארף אויסקומען, על פי הלכה, און על פי קבלה, און על פי דקדוק, און אויף אלץ דערין. און ער האט אריינגעשטעלט אז מ'זאל דאס זאגן, מוז דאך זיין אז ס'האט א פשט.

A Nitzotz of Mashiach in Every Yid, Just Like the Nitzotz of Moshe Rabbeinu

זאגט דער רבי אז דער פשט איז אזוי: שטייט אין מאור עינים אז יעדער איד האט אין זיך א ניצוץ פון משיח. יעדער איד האט ביי זיך א ניצוץ פון משיח, א חלק פון די נשמה פון משיח, וממילא אלץ וואס שטייט וועגן משיח'ן איז דא ביי יעדער איד, מ'זאגט בזעיר אנפין, אויף א דרגה וואס איז לפי ערך יעדער איד, א נקודה פון וואס משיח, ווייל יעדער איד האט דאס אין אים, על דרך ווי ס'שטייט ביי משה רבינו. די גמרא זאגט אויפן פסוק וואס שטייט \"מה ה' אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה את ה'\", וואס בעט דער אייבערשטער ביי דיר? גארנישט, ער בעט נאר יראת ה', האב מורא פארן אייבערשטן. פרעגט די גמרא: \"וכי יראה מילתא זוטרתא היא?\" יראת ה' איז עפעס א קלייניקייט, וואס ער מאכט פון דעם: וואס וויל דער... נאר ער וויל נאר יראת ה'! ענטפערט די גמרא: \"אין, יא, לגבי משה מילתא זוטרתא היא\", לגבי משה איז דאס א קלייניקייט. פרעגט דער אלטער רבי אין תניא אז ער רעדט דאך נישט נאר צו משה, ער רעדט דאך צו אלע אידן. וואס הייסט לגבי משה טאקע א קלייניקייט, אבער ער זאגט דאס צו אלע אידן? און אין תניא ענטפערט דער אלטער רבי אז יעדער איד האט אין זיך א ניצוץ פון משה רבינו, וממילא לגבי מצד דעם ניצוץ וואס יעדער איד האט פון משה רבינו איז טאקע א מילתא זוטרתא היא, פונקט ווי ביי משה איז א קלייניקייט יראת ה', ביי יעדער איד, יעדער איינער לפי מדרגתו, פארשטייט זיך, אבער ער האט אין זיך די נקודה וואס ס'איז דא ביי משה, ביי יעדן איד דא די נקודה. זאגט דער רבי: די זעלבע זאך איז בנוגע משיח, מיוסד אויף דעם וואס שטייט אין מאור עינים אז יעדער איד האט אין זיך א ניצוץ פון משיח, און מצד דעם ניצוץ פון משיח איז די ענינים וואס שטייט אויף משיח פאסט אויף יעדער איד. און דערפאר בעטן מיר \"ויקוים בנו מקרא שכתוב\", ס'זאל מקוים ווערן ביי אונז דער פסוק וואס שטייט אויף משיח'ן! ס'זאל מקוים ווערן ביי אונז די נקודה לפי ערכנו! אבער דאס איז אלס א המשכה, א המשך פון משיח'ן, ס'זאל מקוים ווערן דער פסוק וואס שטייט אויף משיח'ן, \"ונחה עליו רוח ה' רוח חכמה ובינה רוח עצה וגבורה רוח דעת ויראת ה'\", ווייל מצד דעם ניצוץ פון משיח וואס איז דא ביי יעדער איד, איז ביי יעדער איד דא די ענינים, און מיר בעטן דעם אייבערשטן אז דאס זאל נתגלה ווערן ביי אונז, און מיר זאלן דאס פילן, אין אונזער מדרגה, אבער מיר זאלן דאס פילן. און דאס איז מסביר פאר וואס מיר ברענגט נאר דעם פסוק, די ווייטערדיקע פסוקים זאגט מען נישט אין דער \"ריבונו של עולם\": \"והריחו ביראת ה'\", אז ער קען שמעקן און פסק'נען, ווייל דאס איז טאקע נאר ביי משיח'ן, דאס האט דינים... ווי אזוי ער פסק'נט דינים, ווי אזוי ער פסק'נט משפטים, דאס איז טאקע נאר משיח. אבער דער ענין וואס איז מתאר משיח'ן, אז ער האט רוח ה', רוח חכמה ובינה, רוח עצה וגבורה, רוח דעת ויראת ה', דאס איז טאקע דא ביי יעדער איד.

Why Acharon Shel Pesach and the Baal Shem Tov's Seudas Mashiach Fit This Tefillah Best

דאס בעט מען דא ביי יעדער יום טוב, ווייל יעדער יום טוב איז א זמן וואס איז מסוגל אויף דאס צו ממשיך זיין, ובפרט אחרון של פסח, וואס ס'איז א טאג וואס איז פארבונדן מיט משיח, וואו ראיה מ'זעט דאך אז מען זאגט די הפטורה פון משיח, און מיר ווייסן וואס דער בעל שם טוב האט געזאגט, דער בעל שם טוב האט איינגעפירט אז מ'זאל אחרון של פסח פארנאכט מאכן נאך א סעודה, אפילו ס'איז נישט שבת, נישט אלס שלש סעודות, נאר א סעודה וואס ער האט אנגערופן משיח'ס סעודה, סעודת משיח, וואס אין דעם איז... ווייזט מען אז מ'האט די אמונה, מ'שטארקט די אמונה אז משיח וועט קומען. און נישט נאר מ'שטארקט די אמונה, נאר מען מאכט א סעודה, מען מאכט א פארברענגען, א סעודה לכבוד וואס משיח וועט קומען. און דעמאלט איז דאס א ספעציעלע זמן וואס מען קען בעטן דעם אויבערשטן, אז ער זאל אין אונדז ממשיך זיין די נקודות וואס איז דא ביי משיח'ן, לפי ערכנו לויט וויפיל מיר קענען. און דערפאר בעטן מיר די תפילה, ובפרט אחרון של פסח. און מיר האפן אז דער אויבערשטער וועט טאקע מקבל זיין די תפילה, מיר וועלן האבן א שייכות צו די נקודות וואס שטייט ביי משיח'ן, ביז אז מיר וועלן זען משיח'ן בפועל, בעין הבשר, בגשמיות, אז ביי אחרון של פסח זאל שוין זיין די גאולה שלימה, און מען זאל זיצן צוזאמען מיט משיח'ן, האבן סעודת משיח צוזאמען מיט די קומען פון משיח, בקרוב ממש.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00