Parshas Beshalach
Why Rashi calls the Yidden's tefillah at the Yam Suf an umnah, a trade, and what that says about what davening is actually for.
Part of Shemot
Questions Rashi's choice of words when the Yidden cried out to Hashem at the sea, calling their tefillah an umnah, a trade passed down from the Avos, when davening seems to be simply asking for what one needs. Answers that tefillah's deeper meaning is hiskashrus, connection to Hashem, tying it to the Zohar's reading of Yaakov's ladder as davening itself: a constant, ongoing avodah of the heart rather than a request made only when something is needed.
Audio Transcript
אַ וואָרט פֿאַר היינטיקע פּרשה, פּרשת בשלח. אין פּרשת בשלח ווערט דערציילט אַז די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, פּרעה מיט זײַן אַרמיי נאָכגעיאָגט די ייִדן, און די ייִדן האָבן מורא געהאַט. און עס שטייט אין פּסוק, \"וישאו בני ישראל את עיניהם והנה מצרים נוסע אחריהם\", די ייִדן האָבן אויפֿגעהויבן די אויגן און זיי האָבן געזען אַז מצרים יאָגט זיי נאָך, \"וייראו מאד\", זיי האָבן מורא געהאַט, \"ויצעקו בני ישראל אל ה'\". און די ייִדן האָבן געשריגן צו דעם אויבערשטן. וואָס הייסט זיי האָבן געשריגן? זיי האָבן געדאַוונט צום אויבערשטן. און רש\"י זאָגט אויף דעם: \"תפשו אומנות אבותם\", זיי האָבן אָנגעכאַפּט די פֿאַך פֿון זייערע אבות, פֿון אברהם, יצחק און יעקבֿ. איז רש\"י רופֿט אָן דאַוונען, רש\"י רופֿט אָן אַן אומנות. אומנות איז אַ פֿאַך, אַ פֿאַך איז אַן אַרבעט וואָס מען טוט, וואָס ברענגט פּרנסה, דאָס איז אַ זאַך וואָס... ווי קומט דאַוונען צו זײַן אַן ענין פֿון אַן אומנות? בכלל איז דאַוונען... דער ענין פֿון דאַוונען איז בקשת צרכיו, מע בעט בײַם אויבערשטן וואָס מע דאַרף, מע דאַרף האָבן געלט, מע דאַרף האָבן פּרנסה, מע דאַרף האָבן געזונט, מע דאַרף האָבן אַלץ וואָס מע דאַרף, בעט מען דעם אויבערשטן. דאָס איז דער ענין פֿון דאַוונען. פֿאַר וואָס איז דאָס אַן אומנות? אַן אומנות איז אַ לעבן, וואָס מע טוט אין לעבן, ס'איז אַ וועג ווי מע לעבט, דאָס איז דער מענטשנס וואָס עס ברענגט אים זײַן לעבן, זײַן פּרנסה. וואָס איז דאָס פֿאַרבונדן מיט דעם ענין פֿון דאַוונען?
נאָר דער פּשט איז, ווי מיר וויסן אַז על פי חסידות איז דער ענין פֿון דאַוונען נישט נאָר בקשת צרכיו אַז מע בעט דעם אויבערשטן וואָס מע דאַרף, דאָס איז אַן עבודה צו דעם אויבערשטן, דאָס דינט מען דעם אויבערשטן. שטייט אין פּסוק, \"ועבדתם את ה' אלקיכם בכל לבבכם\", אַז מע דאַרף דינען דעם אויבערשטן מיט'ן גאַנצן האַרץ. זאָגן די חז\"ל, \"איזו היא עבודה שבלב? זו תפלה\". וואָס הייסט אַן עבודה אין האַרצן צום אויבערשטן? דאָס איז דאַוונען. דאַוונען איז אַ צײַט ווי מע פֿאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן. די וואָרט תּפֿילה, פּשוט פּשט מיינט אַז מע בעט דעם אויבערשטן, תּפֿילה האָט נאָך אַ מיינונג, תּפֿילה האָט אַ טײַטש פֿאַרבינדן. תּפֿילה איז דער פּשט מע פֿאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן. ס'איז אַ צײַט ווען אין האַרצן פֿילט מען נענטער צום אויבערשטן, דאָס איז דער ענין פֿון תּפֿילה.
דערפֿאַר שטייט אין זוהר אַז די לייטער וואָס יעקבֿ אבינו האָט געזען אין חלום, וואָס איז מוצב ארצה, געשטאַנען אויף דער ערד, וראשו מגיע השמימה, ביז'ן הימל איז עס געגאַנגען, זאָגט דער זוהר, דא צלותא, דאָס איז דאַוונען. דאַוונען איז אַ צײַט ווען מע גייט אַזוי ווי אויף אַ לייטער אַרויף, מע גייט נענטער צום אויבערשטן. ס'איז אַן עבודה שבלב וואָס אַ ייִד ווערט נענטער צום אויבערשטן, דאָס איז דער ענין פֿון דאַוונען. וממילא ווערט דאָס אָנגערופֿן אַן אומנות. ווען ס'וואָלט נאָר געווען בקשת צרכיו, אַז ווען מע דאַרף עפּעס יעמאָלט בעט ער בײַ דעם אויבערשטן, מע האָט נישט קיין צורך איז נישטאָ וואָס צו דאַוונען, אָבער ס'איז נישט דאָס דער פּשט. דאַוונען איז אַ זמן וואָס און אַן אופֿן און אַן עבודה ווי מע פֿאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן. און דאָס איז דער ענין פֿון... און דאָס דערפֿאַר רופֿט מען דאָס אָן אומנות. אומנות איז אַ זאַך וואָס ס'איז נישט מזמן לזמן, דאָס איז דער לעבן וואָס אַ מענטש טוט. דאַוונען דאַרף זײַן אַן עבודה וואָס אַ ייִד דאַרף טאָן צו ווערן נענטער צום אויבערשטן. און דאָס האָבן די ייִדן געטאָן. בשעת זיי האָבן געזען מצרים קומען, וואָס האָבן זיי גלײַך געטאָן? זיך געוואָלט פֿאַרבינדן מיט'ן אויבערשטן שטאַרקער. און ממילא ווען זיי געהאָלפֿן ווערן, האָבן זיי די כּוונה געגעבן נישט נאָר צו בעטן דעם אויבערשטן וועגן וואָס מע דאַרף, נאָר פֿאַרבינדן זיך מיט דעם אויבערשטן, דאָס איז דער ענין פֿון אומנות. דאָס איז די הוראה וואָס איז פֿאַר יעדן ייִד, צו וויסן אַז בשעת מע דאַוונט איז דאָס נישט סתּם אַז מע בעט דעם אויבערשטן ער זאָל געבן וואָס מע דאַרף בקשת צרכיו, דאָס איז אַ זמן וואָס מע דאַרף פֿילן נענטער צום אויבערשטן, און ווערן, ווערן וואָס נענטער און נענטער, עליה אַזוי ווי מע גייט אַרויף אויף אַ לייטער, ווי יעקבֿ אבינו האָט געזען אין זײַן חלום.