Parshas Beshalach
Rashi's line about smashing the snake's brain becomes a warning against ever negotiating with a 'frum' yetzer hara offering a reasonable-sounding compromise.
Part of Shemot
Traces Rashi's comment that Pharaoh's fresh cavalry came from animals sheltered by more compliant Egyptians, down to Rabbi Shimon's closing line about the best of snakes, רצוץ את מוחו, smash its brain. Reads the snake as a yetzer hara that proposes a deal: give it a little taavah, and it will leave your learning alone. Explains why the only real response is refusing any compromise at all, since giving ground today becomes its foothold for something far worse tomorrow. Closes with the Rebbe Rashab's remark to a chossid absorbed in his galoshes business, that putting your feet in kaloshen is one thing, but not your head.
Audio Transcript
א ווארט פונעם רבין אויף היינטיקע פרשה, פרשת בשלח. אין פרשת בשלח לערנט מען, אז Pharaoh האט גענומען בהמות, שש מאות רכב בחור, און געלאפן אקעגן די יידן. Rashi פרעגט, פון וואנען האט Pharaoh גענומען די בהמות? אלע בהמות זענען דאך געשטארבן. נאר ער ענטפערט, אז ס'איז געווען בעסערע גוים וואס האבן געהערט וואס Moshe זאגט, אז מען דארף ארייננעמען די בהמות אין שטוב, וועלן זיי נישט שטארבן, האבן זיי אים געפאלגט, איז ביי זיי געבליבן די בהמות, און דאס זענען Pharaoh בהמות וואס פרעה האט גענומען אויף נאכצולויפן די יידן. און Rashi פירט אויס: מכאן היה רבי שמעון אומר, פון Rabbi Shimon רבי שמעון געזאגט: טוב שבגוים הרוג, דער בעסטער פון די גוים דארף מען הארגענען, טוב שבנחשים, דער בעסטער פון די שלענגען, שלאנגען, רצוץ את מוחו, דארף מען צעברעכן דעם מוח. דער רבי פרעגט א סך קושיות אויף די Rashi, גיט א גרויסן ביאור. איינע פון די שאלות איז, פאר וואס ביי דעם נחש זאגט Rashi דעם לשון ״רצוץ את מוחו״, דעם מוח? ער דארף זאגן ״רצוץ את ראשו״, צו צעשמעטערן דעם קאפ. וואס עפעס צעשמעטערן דעם מוח? און דער רבי ענטפערט דאס על פי פשט, אבער אין עבודה, רוחניות, זאגט דער רבי אזא פשט:
אין Zohar שטייט, אז דער נחש איז דער יצר הרע. און דא שטייט אז ס'איז דא ״טוב שבנחשים״, א גוטער יצר הרע. וואס איז א גוטער יצר הרע? דער רבי רופט אים אן: א פרומער יצר הרע. וואס איז א פרומער יצר הרע? ער טענה'ט, אז ער וויל מאכן שלום מיטן יצר טוב. נאר מען זאל מאכן א פשרה. וואס איז די פשרה? ער וועט לאזן דעם יידן לערנען Torah וכולי, בזמן Torah. ווען דו ווילסט לערנען Torah, איך וועל דיר לאזן, איך וועל דיר נישט טשעפענען, איך וועל דיר לאזן לערנען Torah. און ער וויל אז דער יצר הרע זאל נאכגעבן... אז ער זאל אים לאזן נאכגעבן א ביסל אין זיינע תאוות. האסט תאוות ווען מען עסט, האסט תאוות נאך אנדערע תאוות, וואס דאס גיב נאך מיר. לכאורה דאך גוט.
זאגט Rabbi Shimon: טוב שבנחשים, אזא יצר הרע, רצוץ את מוחו, צו צעשמעטערן זיין מוח. וואס איז דער מוח? מאך נישט קיין שלום מיטן יצר הרע. ווייל ער איז א שלאנג, און א שלאנג האט דיר פיינט, ווי ער זאל נאך אויסקוקן ווי ער איז גוט. און דאס וואס ער איז גרייט מאכן פשרות, און נאכגעבן אין געוויסע זאכן, איז דאס א חלק פון די תחבולות פון דעם יצר הרע. ווי די Gemara זאגט: היצר הרע היום אומר לו עשה כך, מחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו לך עבוד עבודה זרה. הייבט אן מיט קלייניקייטן, נאכדעם זאגט ער טו ערגער, און נאכדעם זאגט ער ביז טו עבודה זרה. איז ער הייבט אן, איז ער א קלוגינקער. א קלוגינקער מיינט אין קאפ ביי אים האט ער א גאנצע חכמות. און דאס איז די חכמה וואס ער האט, אז ער וויל אריינשלעפן דעם יידן, מאכט ער פון דעם א פשרה. און דא זאגט ער, די איינציקע עצה, אז דער יצר הרע קומט ער וויל מאכן פשרות: איך וועל... דו גיב מיר נאך א ביסל, איך וועל דיר א ביסל נאכגעבן, און דו גיב מיר נאך, זאל מען וויסן, דאס וועט נישט העלפן, דאס וועט נישט ארבעטן. די איינציקע עצה איז: רצוץ את מוחו, צו צעשמעטערן דעם מוח, צו צעשמעטערן די חכמה זיינע. דאמיט צעשמעטערט זיין מוח, די ערמומיות און די תחבולות וואס ער האט, דאס איז די איינציקע עצה קעגן דעם יצר הרע. נאך זאגט דער רבי, ס'איז דא נאך א הוראה וואס איז דא פאראן. מ'זאגט דער נחש איז דער יצר הרע, די שלאנג איז דער יצר הרע, שטייט רצוץ את מוחו. ווארעם שטייט אין פסוק: יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך. אז דאס הארעווען מיט די הענט, און פון דעם וועסטו עסן, וועסטו האבן parnasah, איז זייער גוט. וואס שטייט דער לשון עפעס פון די ״יגיע כפיך״, פון די שווערע ארבעט מיט די הענט? שטייט אין Chasidus, אז דער פשט איז, אז מען טוט ארבעט, מען דארף טאן ארבעט, א מענטש דארף מאכן parnasah, אבער מען דארף געדענקען, נישט אין דעם דארף ליגן די גאנצע קאפ. ער דארף סתם מיט די הענט, ער דארף סתם מיט די אויסערלעכע כוחות, אבער נישט מיט די עיקר כוחות, מיט דער קאפ דארף נישט אריינלייגן אין דעם. און דאס שטייט דא אויפן נחש, אויפן יצר הרע, רצוץ את מוחו, דער עיקר צו צעשמעטערן דעם מוח. דער מוח זאל נישט זיין דער יצר הרע'ס מוח, דאס זאלסט נישט דערלאזן. דארפסט ארבעטן, דארפסט זיך אריינמישן, טאן אין די גשמיות'דיקע inyanim, וואס מאכן parnasah, אבער זאלסט געדענקען אז נישט אין דעם דארף ליגן די עיקר קאפ. דער מוח פון דעם נחש דארף מען צושטערן, נישט לאזן.
ווי די מעשה פון דער Rebbe Rashab, אז ס'איז געווען איינער א chasid, Chasidus חסידות, געווען א חסידישער Yid, אבער שפעטער איז ער אריין business געשעפטן, business ביזנעס, אין ביזנעס פון קאלאשן. און ער איז געקומען שפעטער צום Rebbe Rashab אויף yechidus פרעגן שאלות, גאנצע מעשיות וועגן זיין business. און דער Rebbe Rashab געהערט, זאגט ער אים אזוי: איך האב געהערט, אז מען קען אריינלייגן די פיס אין קאלאשן, אבער א קאפ אין קאלאשן האב איך נישט געהערט. ער האט אים געוואלט זאגן: דיין גאנצער קאפ ליגט יעצט אין די קאלאשן. ער האט פארשטאנען, און ער האט זיך געביטן. אבער דאס איז דער ווארט, אז רצוץ את מוחו, מען דארף צעשמעטערן דער מוח פון יצר הרע זאל נישט אריינקומען, און יעמאלט איז ״אשריך וטוב לך״, ווי דער פסוק זאגט.