Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
GIMMEL TAMMUZ

Parshas Korach - Gimmel Tammuz

Why Korach waited to challenge Moshe and Aharon until right after the meraglim's failure, months after he had reason to complain.

Part of Gimmel Tammuz

Traces the Seder Olam's point that Korach's machlokes broke out only after the story of the meraglim, even though Aharon and Elitzafan ben Uziel had been appointed months earlier. Reads the meraglim's error — preferring to stay wrapped in ruchniyus in the midbar rather than bring Hashem into the gashmius of Eretz Yisroel — as the very idea Korach twisted into his own claim that if maaseh is what matters, every Yid is equal. Answers him with the mashal of a diamond that still needs to shine: maaseh is the ikar, but it still needs the light of proper kavanah, exactly what a Moshe Rabbeinu or a Rebbe brings out.

Audio Transcript
Korach's machlokes against Moshe and Aharon, and the question of why he waited until after the meraglim

א ווארט פון רבי'ן וועגן פרשת קרח און פארבונדן אויך מיט ג' תמוז. אין פרשת קרח לערנען מיר די מחלוקת פון קרח אקעגן משה רבינו, און די טענה איז געווען: \"מדוע תתנשאו על קהל ה'?\" פארוואס האלט איר זיך גרעסער פון אלע אידן? \"כולם קדושים ובתוכם ה'\", אלע אידן זענען הייליג, וואס מאכט איר זיך גרעסער? און ער האט געטענה'ט פאר וואס איז אהרן געווארן דער כהן גדול, נאכדעם איז געווען אליצפן בן עוזיאל מען האט מיט אים געמאכט א נשיא פון א חלק פון שבט לוי, איז ער געווען ברוגז, ער האט געהאלטן אז ער דארף זיין דער נשיא פון שבט פון דארטן, און דערפאר איז ער ארויסגעגאנגען אקעגן משה און אהרן מיט דער טענה: פארוואס מאכט איר זיך גרויס? \"מדוע תתנשאו על קהל ה'\". ס'שטייט אין סדר עולם, און ברענגט דער רשב\"ם אין תוספות אין בבא בתרא, אז די מחלוקת קרח איז געשען נאך די מרגלים. נאך דער מעשה מרגלים איז געווען די מחלוקת פון קרח. פרעגט דער רבי: פארוואס האט קרח געווארט מיט די מחלוקת ביז נאך די מרגלים? די מרגלים זענען געקומען איז געווען תשעה באב. מחלוקת קרח אקעגן אהרן, אהרן איז געווארן כהן גדול געווען ראש חודש ניסן, ווען מען האט... א פאר חדשים פריער, אפילו אליצפן בן עוזיאל איז אויך געווען פריער פאר דער מעשה פון מרגלים, וואס מען האט אים געמאכט נשיא פון א חלק פון שבט לוי. פארוואס האט ער נישט געקריגט סאגלאך? פארוואס האט ער געווארט נאך די מרגלים?

The meraglim's mistake: preferring the ruchniyus of the midbar to the gashmius of Eretz Yisroel

און דער רבי ענטפערט, אז דאס איז פארבונדן מיט די מרגלים. ס'שטייט אין חסידות אז וואס איז געווען די טענה פון די מרגלים? ס'האט אנגעהויבן מיט א גוטע זאך, זיי האבן געמיינט גוט, אבער ס'איז געווען א טעות און ס'איז פארקראכן גאר גאר ווייט. וואס האבן זיי געהאלטן? זייענדיק אין מדבר האט מען נישט געדארפט זיין פארבונדן מיט גשמיות, מ'האט נישט געדארפט ארבעטן, מען האט נישט געדארפט אקערן און זייען, מ'האט געהאט עסן דעם מן, און וואסער פון בארה של מרים, און אפילו די קליידער האט מען נישט געדארפט וואשן, דאס האט געוואשן ענני הכבוד, וואס האט מען געטאן די גאנצע צייט? מען איז געווען פארבונדן מיט דביקות בה', מען איז געווען פארבונדן מיט דעם אייבערשטן, טיפקייט אין נשמה, געווען פארבונדן מיט לערנען און דאווענען א גאנצן טאג, און געגאנגען העכער און העכער אין די אלע ענינים. אנקומענדיק אין ארץ ישראל האבן זיי געזען אז דארטן דארף מען זיין פארבונדן מיט גשמיות, דארטן דארף מען אקערן און זייען און זיין פארבונדן מיט גשמיות. האבן זיי געטענה'ט: וואס דארף מען גיין אין ארץ ישראל, זיין פארבונדן מיט גשמיות, מיט די ענינים, זאל מען זיין אין מדבר און דארטן זיין פארבונדן מיט רוחניות. אבער ס'איז א טעות, ווארעם דער אייבערשטער וויל גשמיות, דער אייבערשטער וויל מעשה המצוות בגשמיות, מ'זאל טאן, די עיקר איז מעשה, און מ'זאל אראפברענגען אלוקות אין די גשמיות, ברענגען געטלעכקייט אין די גשמיות, דאס וויל דער אייבערשטער, ווייל די מעשה, די גשמיות'דיקע מעשה דאס איז דער עיקר, נישט אזוי פיל די כוונות עליונות.

Korach's twisted conclusion: if maaseh is what counts, then every Yid is equal

בשעת קרח האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: אה, יעצט, מילא ווען ס'איז געווען ביי די מרגלים טענה אז די עיקר איז די רוחניות, אין דעם פארשטייט מען אז ס'איז דא גרעסערע מענטשן, זיי האבן טיפערע כוונות, פארשטייען טיפער און בעסער, איז דא אנדערע וואס זענען העכער, משה איז גרעסער פון אנדערע, אהרן, אבער יעצט אז ער האט געזאגט ביי די מרגלים אז דאס איז א טעות, די עיקר איז די מעשה, הגשמי, מעשה המצוות, אין די גשמיות'דיקע חלק זענען אלע גלייך. \"כולם קדושים\". די תפילין וואס משה רבינו האט אנגעטאן און א פשוט'ער איד האט אנגעטאן איז געווען די זעלבע זאך, און פאר וואס מאכט ער זיך גרויס?

Why Korach was wrong: maaseh needs kavanah too, like a diamond that needs to shine through the dirt

אבער דאס איז אויך א טעות. פאר וואס איז דאס א טעות? ווייל כאטש די עיקר איז די מעשה, אבער צו דער מעשה דארף אויך זיין די כוונה. דער מעשה אליין איז דער עיקר, אבער סע דארף זיין ווי מען זאגט א ליכטיקע מעשים, די מעשה דארף זיין זאל שיינען, מ'זאל דערהערן אלוקות אין די מעשה, דאס איז אויך א וויכטיקע זאך. די עיקר איז טאקע די מעשה, ווען מען טוט נישט די מעשה פעלט דער עיקר, אבער א משל, אז איינער האט א דיימאנד, די דיימאנד איז געוואלדיקע זאך, דאס איז דער עיקר, ווי אזוי פאר... באהאלטן אין זאמד, אין שמוץ, שיינט עס נישט, ס'פעלט אין דעם, הגם די מעשה איז, די עיקר איז דא, די דיימאנד איז דא, ווען מען האט דעם דיימאנד האט ער דאך וואס דער דיימאנד איז ווערט, אבער ס'פעלט אין דעם וואס ס'פעלט דער גילוי. און דער אלטער רבי טייטשט אזוי די לשון הגמרא: מעשים טובים, טובים ומאירים, אז ס'דארף זיין גוטע מעשים, אבער גוט און שיינען, דערפאר דארף מען אויך האבן די כוונה, מען דארף האבן די אלע ענינים. ומילא דאס איז געווען דער ענטפער צו קרח: אין הכי נמי, ס'איז גערעכט אז המעשה הוא העיקר, אבער מען דארף אויך האבן די כוונה, און דאס איז געווען וואס משה און אהרן האבן געטאן, געבראכט אז די אידן זאלן האבן די געפיל, די רוחניות'דיקע געפיל אין די מעשה, וואס קומט צוזאמען מיט המעשה הוא העיקר. דאס איז דער ענין פון משה רבינו, דאס איז דער ענין פון א רבי, אז א רבי ברענגט ארויס נישט נאר אז מען מחזק די מעשה המצוות, נאר דער ענין פון א רבי איז אז ער ברענגט אז מען זאל פילן די רוחניות וואס איז דא אין די מצוות, די געטלעכקייט וואס איז דא אין די מצוות, די געפילן וואס מען האט, און דאס איז אויך וויכטיק, און די ביידע זאכן צוזאמען, דאס איז די שלימות פון א זאך. דאס איז געווען דער ענטפער וואס משה האט געענטפערט צו קרח: \"בקר ויודע ה'\", בקר מיינט ס'דארף זיין בוקר, ס'דארף זיין ליכטיקייט, און אויף דעם דארף זיין די אלע רוחניות'דיקע ענינים, און אויף דעם טאקע דארף מען האבן א פירער ווי משה רבינו און ווי אהרן הכהן, אז זיי ברענגען ארויס אין די אידן אז זיי זאלן פילן די ליכטיקייט וואס איז דא אין מצוות.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00