Parshas Korach - Gimmel Tammuz
Why a house completely full of sefarim, according to Korach, needs no mezuzah — and why that proof falls apart.
Part of Gimmel Tammuz
Follows Korach's raaya that a bayis maleh sefarim requires no mezuzah as a stand-in for his real claim: that a Yid who learns plenty of Torah has no need for a Rebbe's guidance. Distinguishes that from arguing against leadership itself, which Korach never disputed, and instead locates his actual target as the Rebbe's function of instilling ahavas Hashem and yiras Hashem into a Yid's Torah and mitzvos. Ties the answer — that even a house full of sefarim still needs its mezuzah — to Gimmel Tammuz and the Rebbe's ongoing work of instilling ein od milvado.
Audio Transcript
א ווארט פון רבין אויף די היינטיגע פרשה, פרשת קרח, און ווי עס איז פארבונדן מיט ג' תמוז, די יום ההילולא פון רבין. קרח'ס טענה ווי עס שטייט אין חומש איז געווען ער האט געטענה'ט, \"מדוע תתנשאו על קהל ה'?\" פאר וואס זאל משה רבינו זיין העכער? וואס דארף מען א משה רבינו? און ער האט געזאגט, \"כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה'\". אלע זענען הייליג, און אלע אידן האבן אין זיך דעם אייבערשטן. ממילא פאר וואס זייט איר העכער? דאס הייסט ער האט געטענה'ט פאר וואס דארף מען האבן אן איד ווי משה רבינו, אזא ענין ווי משה רבינו? און ער האט געבראכט א דוגמא צו דעם פון א בית שכולו ספרים, א שטוב וואס איז פול מיט ספרים, צי דען דארף דאס האבן א מזוזה? מזוזה האט אין זיך נאר פרשיות פון דער תורה, אז די גאנצע שטוב איז פול מיט ספרים, פול מיט ספרי תורה, אודאי דארף דאס נישט, אבער ס'איז נישט געווען ריכטיג. מען דארף האבן א מזוזה אפילו אויף א בית שכולו ספרים, און די זעלבע זאך מען דארף האבן א משה רבינו. וואס איז געווען זיין טענה? זיין טענה איז געווען פאר וואס דארף מען א משה רבינו? ער האט נישט געטענה'ט פאר וואס דארף מען א פירער. אלע פארשטייען אז א קהילה, א קבוצה, א שטאט, דארף האבן א פירער, אן א פירער וועט ס'איז תוהו ובוהו. שטייט אין פרקי אבות, \"אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו\", אז מען האט נישט קיין, זאגט ער, קיין מלוכה וואס זאל זיין מסדר פירן טאן, וועט זיין איש את רעהו חיים בלעו, איינער וועט דעם אנדערן איינשלינגען. ער פארשטייט זיך אויך מיט דעם, דאס איז נישט געווען זיין טענה. ער האט אפילו נישט געטענה'ט פאר וואס דארף מען האבן עמיצן וואס זאל אונז לערנען תורה. כדי מען זאל לערנען תורה דארף מען דאך האבן עמיצן וואס זאל לערנען תורה, דארף האבן א מלמד וואס לערנט תורה. מען קען נישט לערנען אויב מען האט נישט ווער ס'זאל דאס לערנען, וועט דאס לערנען דעם צווייטן. די טענה איז געווען וואס דארף מען האבן אזא ווי משה רבינו, א רבי?
אין חסידות איז מסביר וואס דער ענין פון א רבי. א רבי איז נישט נאר איינער וואס לערנט תורה מיט אנדערע אידן, פארשטייט זיך אז דאס טוט ער אויך, דער עיקר איז ער גיט אריין אין אידן, אין די תלמידים, אין די חסידים, אין אידן בכלל, דעם ענין פון יראת שמים, אהבת ה', יראת ה'. דאס איז די ארבעט, ווי מען זאגט, די פונקציע פון א רבי, ער גיט אריין דעם ביטול וואס אן איד דארף האבן צו דעם אייבערשטן. און דאס איז געווען די טענה פון קרח: וואס דארף מען דאס האבן? ס'איז גענוג אז אידן לערנען תורה, און אלע אידן קענען לערנען תורה, מען דארף לערנען תורה, יעדער איד האט א נשמה, דאס איז גענוג. וואס דארף מען האבן דעם ענין וואס א רבי וואס גיט אריין דעם ענין פון יראת שמים? אויף דעם האט ער געבראכט א דוגמא פון בית שמלא ספרים דארף נישט קיין מזוזה, ווי ער האט געטענה'ט. בית מלא ספרים מיינט א מענטש, אן איד וואס איז פול מיט ספרים. וואס הייסט פול מיט ספרים? ער האט א סך תורה אין זיך, ער לערנט א סך תורה. דארף ער נישט קיין מזוזה. וואס שטייט אין א מזוזה? \"ואהבת את ה' אלקיך\", מען דארף האבן אהבת ה', \"והיה אם שמוע תשמעו\" מען דארף פאלגן דעם אייבערשטן, וואס דאס מיינט בעיקר האבן דעם ענין פון יראת ה', מען דארף האבן אהבה ויראה, ליב האבן דעם אייבערשטן און האבן יראה פאר דעם אייבערשטן. מען דארף האבן, און ס'איז נישט גענוג אז אן איד וואס לערנט נאר תורה, ער לערנט א סך תורה, אבער ער דארף האבן אויך דעם ענין פון אהבה ויראת ה'.
און דאס איז געווען די טענה פון קרח: מען דארף נישט האבן קיין אהבה ויראת ה'. און אויף דאס איז געווען וואס ער האט געזאגט מען דארף נישט האבן קיין משה רבינו, מען דארף נישט האבן קיין רבי, ווייל וואס גיט אריין... דארף האבן איינער וואס זאל לערנען תורה, זאל איינער דעם צווייטן מסביר זיין תורה, דאס דארף מען, יא, אבער אזא ווי משה רבינו וואס זיין ענין איז א רבי, וואס ער גיט אריין דעם ענין פון דעם הרגש פון יראת שמים, דאס דארף מען נישט האבן. און אויף דעם האט ער געבראכט א ראיה פון דעם בית כולו ספרים. און דאס אלץ איז געווען נישט גערעכט, ווייל מען דארף האבן אהבת ה', יראת ה' בשעת'ן לערנען. אין חסידות איז מסביר מען דארף האבן דעם ביטול צו דעם אייבערשטן בשעת מען לערנט תורה, בשעת מען טוט מצוות. און דאס באקומט מען בעיקר מען נעמט דאס פון רבי'ן וואס דער רבי גיט דאס אריין. דאס איז פארבונדן מיט ג' תמוז, די יום ההילולא פון רבי'ן, אז דאס איז דער ענין וואס דער רבי גיט אריין דעם ענין פון אהבת ה' יראת ה', און מסביר און געפועל'ט אויף דער וועלט אז די וועלט זאל דערהערן די אמת'קייט פון דעם אייבערשטן, און גיט אריין אין די אידן מיט איר געפיל אז מען זאל וויסן אז אין עוד מלבדו, ס'איז נישטא קיין זאך חוץ פון דעם אייבערשטן, און וואס מען טוט און אלע ענינים וואס ס'איז דא אין דער וועלט איז אלץ פארבונדן מיט'ן אייבערשטן, ס'איז נישטא קיין זאך חוץ פון אים.