Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Mishpatim

Why the blessing against losing children is paired, in the very same pasuk, with a promise to fill out a person's days.

Part of Shemot

Reads meshakelah v'akarah as more than a blessing for children in the plain sense — in Chassidus, children represent the middos of ahavah and yirah that are born from a person's own understanding. Shows why serving Hashem merely because it feels right (mi'ratzon) leaves those middos unstable, and how remembering that every day is a mattanah with its own mission is the antidote, along with Hashem's promise to fill in for years already felt lost.

Audio Transcript
Meshakelah v'akarah, and the puzzle of what losing children has to do with filling out your days

א ווארט פון Rebbe פון היינטיקע פרשה, פרשת משפטים. אין פרשת משפטים איז דא א pasuk, דער אויבערשטער זאגט אז מען דינט דעם אויבערשטן: לא תהיה משכלה ועקרה בארצך, את מספר ימיך אמלא. אז ס'וועט נישט זיין אין דיין לאנד א משכלה אדער אן עקרה. וואס איז משכלה? משכלה איז א פרוי וואס פארלירט אירע קינדער, צי זי איז מפיל אדער זיי שטארבן יונג, rachmana litzlan. עקרה איז א פרוי וואס קען נישט האבן קיין קינדער. אבער די nekudah פון ביידע איז אז מען האט נישט קיין קינדער. Says דער אויבערשטער אז אויב מען דינט דעם אויבערשטן ריכטיק, וועט נישט זיין קיין משכלה ועקרה אין דיין לאנד, את מספר ימיך אמלא, איך וועל אנפילן די צאל פון דיינע טעג. לכאורה, וואס איז דער פארבונד פון ביידע חלקים פון פסוק? ס'איז צוויי באזונדערע זאכן: איינע איז דאס האבן קינדער, א צווייטע זאך איז דאס האבן פולע טעג. אבער אין איין פסוק וואס איז דער קשר?

Children as middos: how ahavah and yirah are born from da'as, and the danger of serving Hashem just because you feel like it

איז דער רבי דאס masbir al pi Chassidut. Al pi Chassidut שטייט אז וואס איז דער inyan פון קינדער? גייט דאס אויף די מדות. אהבה ויראה, אז א מענטש האט א מדה, א געפיל פון אהבה אדער יראה, דאס ווערט אנגערופן קינדער, ווייל די מדות קומען, זיי ווערן געבוירן פון די מוחין. אז א מענטש פארשטייט א זאך אין זיין שכל, יעמאלט האט ער א מדה. איז מדות הייסן קינדער. איז איז דא א מעגלעכקייט אז מען זאל דינען דעם אויבערשטן, אבער מען זאל נישט ארויסברענגען די אמת'ע אהבה ויראה. ווען איז דאס? אויב מען טוט דאס בארצך. די ווארט aretz מיינט דיין לאנד, אבער לאנד, אבער aretz האט אויך א מיינונג ratzon רצון, וועל, וויל. אויב איינער דינט דעם אויבערשטן ווייל ער וויל אזוי, דאס הייסט ער פילט אז ס'איז א ריכטיקע זאך, טוט ער דאס ווייל ער פילט, יעמאלט טויג נישט, יעמאלט וועט נישט זיין קיין אמת'ע אהבה ויראה. מען דארף דינען דעם אויבערשטן ווייל דער אויבערשטער געהייסן, אוודאי דארף מען פילן גוט און מען דארף זיין צופרידן, אבער מען דארף דינען דעם אויבערשטן ווייל דער אויבערשטער וויל. איז זאגט אונדז דער פסוק, ער גיט א berachah, אז ס'וועט נישט זיין קיין משכלה ועקרה, אז דו וועסט נישט האבן קיין מדות ווייל דו האסט רצון, ער גיט א ברכה עס זאל נישט זיין אזוי. אבער דערווייל זעט מען אז ס'איז דא א מעגלעכקייט עס זאל זיין משכלה ועקרה, ס'זאל נישט זיין די ריכטיקע מדות, אהבת השם, יראת השם, בארצך, אויב ס'קומט נאר מצד רצון. וואס איז די etzah אנטקעגן דעם? די עצה איז את מספר ימיך אמלא. מען זאל געדענקען אז ס'איז דא א מספר ימיך. דער אויבערשטער האט געגעבן יעדן ייד א מספר פון וויפיל טעג ער זאל האבן, און יעדער מינוט matanah א מתנה פון אויבערשטן, מען דארף עס אויסנוצן נאר אויף גוט. אז מען טראכט זיך אריין אז ס'איז דא א ענין פון מספר ימיך, יעדע סעקונדע האט מען א שליחות פון אויבערשטן, יעמאלט טוט מען די עבודת השם נישט ווייל איך וויל דווקא אזוי, ווייל מיר געפעלט דאס, נאר אזוי וויל דער אויבערשטער.

The second nekudah: es mispar yamecha amalei as Hashem's promise to make up for wasted years

דערנאך איז נאך א nekudah דא, אז דער פסוק remez מרמז אז וויבאלד א מענטש טענה'ט: איך האב געוויסע יארן טאקע נישט געטאן ריכטיק, פארפאלן, די צייט איז פארפאלן. אויף דעם זאגט דער פסוק: את מספר ימיך אמלא, איך וועל אנפילן. דאס וואס דו'סט פארפעלט דעם מספר פון דיינע טעג פון פריער, וועל איך אנפילן. דער אויבערשטער גיט א berachah אז ער וועט memalei זיין דעם chesaron. דאס אלץ אויב מען טוט, אויב מען דינט דעם אויבערשטן ווייל אזוי וויל דער אויבערשטער, נישט נאר ווייל איך וויל אזוי, נאר ווייל אזוי וויל דער אויבערשטער.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00