Parshas Mishpatim
Why the halachah of modeh b'miktzat says something about the part of a Yid that never actually joins in an aveirah.
Part of Shemot
Reads the din that a modeh b'miktzat must swear an oath as a mashal for what happens after a Yid does an aveirah: the neshamah's essence, and even its outer kochos, are never fully bound up in the sin, since even a poshea Yisroel stays malei mitzvos k'rimon. Reframes the shevuah itself as being filled with koach to resist the yetzer hara and do teshuvah, closing with a story of the Rebbe turning that same Gemara into an even more positive read.
Audio Transcript
א vort פון רבין פאר היינטיקע פרשה, parshat Mishpatim. אין פרשת משפטים שטייט אין pasuk אשר יאמר כי הוא זה, און די Chachamim האבן ארויסגעלערנט פון דעם פסוק אז א מודה במקצת איז חייב א שבועה. אז א מודה במקצת, איינער וואס איז מודה אבער נאר א חלק, נאר א חלק פון די טענה, דארף ער שווערן. למשל, איינער מאנט ביי א צווייטן דו קומסט מיר הונדערט דאלער, און ער איז מודה אז איך קום דיר, אבער נישט די גאנצע, איך קום דיר האלב, פופציג למשל, דארף ער שווערן. דאס הייסט וואס ער איז מודה דארף ער באצאלן, אבער ער דארף שווערן אז די אנדערע קומט ער נישט. דאס איז דער din. מיר וויסן אז יעדער ענין אין halachah האט אין זיך אויך דעם Chassidish פשט, דעם פשט אליבא דחסידות. דער פשט אליבא דחסידות איז דער פשט לויט pnimiyut haTorah, דער פשט ווי מע טייטשט עס אויס avodat Hashem השם.
טייטשט אויס דער Rebbe דעם ענין מודה במקצת חייב שבועה אויף אזא אופן: בשעת א ייד חס ושלום טוט אן עבירה, קען מען נישט זאגן אז ער איז, זיין גאנצע מהות איז אריינגעטאן אין די עבירה, ווייל יעדער ייד האט א נשמה. און דער עצם הנשמה איז נישט פארבונדן מיט די עבירה. איז אפילו אז ער טוט אן עבירה, א חלק פון אים, דאס איז די נשמה, איז נישט פארבונדן מיט די עבירה. דער אמת איז נאך מער, אפילו נישט נאר דער עצם פון די נשמה, נאר אפילו די כוחות פון די נשמה, די כוחות חיצוניים וואס טוען, אז איינער טוט א פעולה, א זאך וואס איז אן עבירה, טוט ער דאס מיט א כוח וואס אין דעם איז פאראן זיין חיות, זיין נשמה איז א ביסל מעורב, אריינגעמישט אין דעם. אבער מע קען נישט זאגן אז דער כוח וואס ער נוצט אויף די עבירה איז אינגאנצן אריינגעטאן. די Gemara זאגט דאך אז אפילו פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון. אפילו פושעי ישראל זענען אויך פול מיט מצוות. איז יעדע זאך וואס א ייד טוט, אפילו ער איז א פושע ישראל, אפילו ער טוט אן עבירה, אבער ס'איז דא מצוות. ס'איז נישט די גאנצע מציאות פון דעם כוח אפילו איז אריינגעמישט.
ממילא, בשעת א ייד טוט אן עבירה, קומט דער יצר הרע, דער שטן, און ער איז מקטרג. און ער זאגט אז קוק וואס דער ייד האט געטאן אן עבירה. ממילא בעט ער דעם בית דין של מעלה מע זאל אים איבערגעבן דעם ייד אין זיין רשות, און ער זאל אריינמישן זאכן מיט אים, און ער זאל אים פייניקן ער זאל ווערן ערגער און ערגער און ערגער. אויף דעם איז דער דין, זאל וויסן אז ער איז נאר א מודה במקצת. בשעת דער שטן טענהט: דו ביסט אריינגעמישט אין עבירה, דארף ער וויסן אז ס'איז נאר א מודה במקצת. יא, ער איז מודה טאקע ער איז אריינגעמישט אין דעם, אבער זאגן אז כולו כולא איז ער אריינגעמישט אין דעם, אויף דעם קען מען נישט זאגן. ער איז א מודה במקצת. וואס איז דער דין ביי מודה במקצת? חייב א שבועה. דער טייטש שבועה איז פון צוויי טייטשן. די פשוטע טייטש מען איז מחויב שווערן. נאך א פשט איז שבועה איז מלשון שובע, אזוי שטייט אין חסידות, לשון איינער וואס איז פול, מע גיט אים, פילט מען אן מיט כוחות. אז מע איז מחויב א שבועה ביי מודה במקצת, הייסט עס אז דער ענטפער צו דעם וואס ער האט געטאן די עבירה איז אז ער איז א מודה במקצת, ממילא קומט אים א שבועה. דאס הייסט א שבועה, מע איז משביע ניהו, מע גיט אים, מע זעטיקט אים אן מיט כוחות, אז ער זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון דעם שטן, פון דעם יצר הרע, און ער האט אפילו כוח צו טאן תשובה. אזוי ווי מיר מאנען שוין דעם מאמר חז״ל פון פושעי ישראל, אפילו פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון,
קען מען זאגן א ווארט וואס איך האב געהערט פון א מעשה. איך ווייס נישט הונדערט פראצענט צי ס'איז ריכטיק, אבער ס'קוקט אויס אז ס'איז א ריכטיקע ווארט. ס'איז געווען איינער א חסידישער ייד, נישט קיין ליובאוויטשער חסיד, א חסיד פון אן אנדער חסידות, איז ער אריין אויף יחידות. און איידער ער איז ארויס, האט דער Rebbe אים געפרעגט צי קען ער עפעס איבערזאגן א ווארט וואס ער האט געהערט פון זיין Rebbe. האט ער געזאגט: יא, איך האב געהערט פון מיין רבין Rebbe קשיא. ער האט דערמאנט די Gemara: אפילו פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון, און ער האט געפרעגט: וויבאלד זיי זענען פושעי ישראל, ווי אזוי זאגט די Gemara אז זיי זענען פול מיט מצוות כרימון? האט דער Rebbe אים געענטפערט: איך האב אויך די זעלבע קשיא, נאר א ביסעלע אנדערש. מיין קשיא איז: וויבאלד אז זיי זענען פול מיט מצוות כרימון, פאר וואס רופט מען זיי אן פושעי ישראל? דא זעט מען דעם צוגאנג פון Rebbe צו די אלע ענינים, אלץ אויף אן אופן חיובי, אויף א פאזיטיווע וועג.