Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
BAMIDBAR

Parshas Nasso

A Yiddish Vort on the Mitzvah of Bikkurim

Part of Bamidbar

A Yiddish-language vort on Parshas Nasso exploring Rashi's identification of 'terumah' in the parsha's opening verse as a reference to bikkurim, the first fruits.

Audio Transcript
Opening: The Verse 'Kol Terumah' Explained

א ווארט פונעם היינטיגע פרשה, פרשת נשא. פרשת נשא איז דא א פסוק וואס שטייט: \"וכל תרומה\", אלע תרומה, און דער פסוק זאגט ווייטער: \"אשר יקריבו לכהן לו יהיה\", וואס דו וועסט ברענגען נאנט צום כהן, איז געבן צום כהן, ס'איז באלאנגען צום כהן, דארפסטו געבן צום כהן. וואס מיינט דער פסוק? איז ערשטע זאך זאגט Rashi אז דער פסוק מיינט ביכורים, \"כל תרומה\" מיינט ביכורים. און וואס זאגט אונז דער פסוק? ווייל די מצוה פון ביכורים האבן מיר שוין געלערנט פריער אין חומש שמות, אין פרשת משפטים, פרשת כי תשא, אבער דארטן שטייט: \"תביא בית ה' אלקיך\", ביכורים זאל מען ברענגען צום בית המקדש. זאגט Rashi ווייטער: \"ואיני יודע מה יעשה בה\", מען ווייסט נאך נישט וואס מען זאל טאן מיט דעם, דארטן שטייט נאר וואס מען דארף טאן מיט דעם, ברענגען צום בית המקדש. תלמוד לומר, דערפאר קומט היינטיגע פרשה און דער פסוק זאגט: \"לכהן לו יהיה\", \"בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו נתונים לכהן\". קומט דער פסוק און לאזט אונז הערן אז ביכורים, ביכורים דארף מען געבן צום כהן. קומט אויס פון די Rashi אז ס'איז דא צוויי שלבים בנוגע ביכורים. די ערשטע זאך מען דארף ברענגען די ביכורים אין בית המקדש, דאס איז די ערשטע זאך, ס'האט קיין שייכות נישט מיט דעם וועמען מען דארף דאס געבן, די ערשטע זאך. און נאכדעם וואס ס'שטייט אז מען דארף דאס ברענגען צום בית המקדש, זאגט Rashi: \"ואיני יודע מה יעשה בה\", מען ווייסט נאך אלץ נישט וואס מען דארף טאן מיט דעם. ס'איז דא איין זאך וואס מען דארף, די ערשטע זאך וויסן, אז מען דארף דאס ברענגען צום בית המקדש. דערנאך קומט א צווייטע זאך: וועמען דארף מען דאס געבן? זאגט דער פסוק מען דארף דאס געבן צום כהן. איז דער רבי איז מסביר וואס דאס מיינט אין עבודת השם, אין רוחניות, וואס פאר א הוראה מען קען ארויסנעמען פון דעם.

Bikkurim as a Model for Charity (Tzedakah)

מצות ביכורים בכלל איז מרומז אויף די מצוה פון צדקה. וואס איז די מצוה פון ביכורים? א מענטש האט געארבעט שווער אין פעלד, נאכדעם וואס ס'איז ארויסגעקומען די פירות, דארף ער נעמען די ערשטע און די בעסטע און ברענגען צו אלס ביכורים. דאס איז וואס צדקה איז. צדקה איז אויך, א מענטש האט געארבעט שווער ביז ער האט געמאכט געלט, דערנאך דארף ער נעמען די ערשטע און די בעסטע געלט און געבן צדקה. איז די מצוה פון ביכורים מרומז אויף די גאנצע מצוה פון צדקה. אבער ווען ס'קומט צו מצות צדקה, קען דער יצר הרע זיך אריינמישן. דער יצר הרע קען, יצר הרע קען טענה'ן אזוי: מילא מען גיט צדקה פאר א שול, פאר א ישיבה, ס'איז א דבר שבקדושה, פארשטייט זיך, קען א מענטש פארשטיין אז ער דארף געבן די בעסטע און די ערשטע, ווייל די בעסטע און די ערשטע זאך גייט צו א דבר שבקדושה, צו א הייליגע זאך, מען ווייסט, א שול, א ישיבה, די זאכן זענען הייליגע זאכן. אבער צדקה וואס מען גיט צו אן ארעמאן, איז א פשוטער מענטש. דער ארעמאן איז נישט בעסער פון מיר, פאר וואס דארף איך אים אוועקגעבן די בעסטע און די ערשטע? וואס איז ער בעסער פון מיר? מאכט דער יצר הרע זייער שווער דאס צו טאן. און דאס לערנט מען ארויס פון די מצוה פון ביכורים: די ערשטע זאך דארף מען ברענגען ביכורים צום בית המקדש. וואס הייסט אזוי? פאר וואס איז שווער א מענטש זאל אוועקגעבן די ערשטע און די בעסטע צו א צווייטן? ווייל ער פילט אלץ אז ס'איז זיינס, ס'איז זיין געלט. אז ס'איז זיין געלט, פאר וואס זאל איך יענעם געבן די בעסטע? וואס איז ער בעסער פון מיר? זאגט אונז די mitzvah פון ביכורים אז די ערשטע זאך דארף מען וויסן אז מען דארף דאס ברענגען צום בית המקדש. וואס הייסט מען דארף דאס ברענגען צום בית המקדש? ס'איז נישט דיינע! דארף מען וויסן אז ס'איז נישט דיינע. מען דארף וויסן אז די געלט איז נישט דיין, די געלט באלאנגט צום אויבערשטן, באלאנגט צום בית המקדש. נאכדעם אז מען ווייסט אז די געלט איז נישט דיינע, יעמאלט איז שוין א סך גרינגער צו אוועקגעבן, אוודאי אז ס'איז א פשוטן מענטש, אבער דאס איז mitzvah מצוה פון צדקה. ווען איך ווייס, טראכט אז די געלט איז נאך אלץ מיינע, איז יעמאלט שווער אוועקגעבן מיין געלט צו יענעם. אבער אז מען ווייסט אז די געלט איז נישט מיינע, די וועלט-געלט איז דעם אויבערשטנס, יעמאלט איז דאס א סך גרינגער. און דאס לערנט אונז mitzvah מצוה פון ביכורים: די ערשטע זאך דארף מען ברענגען די ביכורים, די פרוכט, צום בית המקדש, דאס הייסט מען דארף דאס אוועקגעבן צום אויבערשטן, ס'איז בית המקדש ס'איז... נאכדעם אז מען ווייסט אז דאס איז דעם אויבערשטנס, יעצט וואס איז דער חילוק וועמען מען דארף דאס געבן? אז ס'איז דעם אויבערשטנס געלט, וואס mitzvah מצוה איז, טוט מען! די mitzvah איז געבן tzedakah, די mitzvah איז געבן אן ארעמאן, גיט מען צום ארעמאן. און דאס איז דער רמז וואס מען האט דא פון דעם ענין אז אין ביכורים איז דא צוויי דרגות: די ערשטע זאך אוועקגעבן צום בית המקדש, דערנאך קומט וועמען מען דארף דאס געבן.

Understanding That Money Belongs to the Higher Power

אבער ס'איז א סך גרינגער צו געבן אז מען ווייסט לכתחילה אז ס'איז אין בית המקדש, אז דאס איז נישט מיינע און דאס באלאנגט צום אויבערשטן.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00