Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Terumah

Why the Mishkan's gold, silver, and copper correspond to baalei teshuvah, tzaddikim, and reshaim, and why even copper had a place in the holiest structure.

Part of Shemot

The Torah's instruction to build the Mishkan from gold, silver, and copper raises an obvious question: if the Beis Hamikdash tolerated no poverty, why use copper at all? A close look at what each metal represents, and why gold, the most precious, was never used as currency while silver was, uncovers a message that the avodah of elevating the physical into the holy applies equally to tzaddikim, baalei teshuvah, and even reshaim.

Audio Transcript
Why the Mishkan Needed Copper, Not Just Gold and Silver

א ווארט פאר עפעס פון היינטיגע פרשה, פרשת תרומה. אין פרשת תרומה דערציילט די Torah אז דער אייבערשטער האט אנגעזאגט די יידן אז זיי זאלן געבן נדבות אויף בויען דעם משכן. און ער האט געזאגט זיי זאלן געבן זהב, כסף ונחושת, גאלד, זילבער און קופער. שטעלט זיך א שאלה, פאר וואס האט מען געמאכט אויכעט, גענוצט אויכעט נחושת בשעת מען האט געבויט דעם משכן? וויבאלד דער משכן איז די הייליגע פלאץ, האט געדארפט זיין געמאכט געווארן פון די חשוב'סטע זאכן, האט געדארפט זיין אלץ פון גאלד אדער אפשר אויך זילבער, אבער פאר וואס אויך נחושת? מיר געפינט אין גמרא Beis Hamikdash בית המקדש איז געווען אלץ אויף א רייכן אופן. אין עניות במקום עשירות, זאגט די גמרא. אז ס'איז נישטא קיין עניות אין אן ארט פון עשירות, וואס דאס איז ביים משכן. דערפאר איז געווען דער דין אז בשעת מען האט געגעבן די בהמה וואס מען איז געגאנגען שעכטן אלס א קרבן, האט מען געגעבן צו טרינקען פריער, איז די כלים וואס מען האט אריינגעלייגט דאס וואסער איז געמאכט געווארן פון גאלד. איי, דאס איז א זייטיגע זאך, וויבאלד ס'איז פארבונדן מיט'ן בית המקדש, מיט קרבנות, איז דאס געווען פון גאלד. טא פאר וואס דא האט מען גענוצט אויף מאכן דעם משכן, גענוצט אויך נחושת?

Gold, Silver and Copper as Baalei Teshuvah, Tzaddikim and Reshaim

און דער רבי ענטפערט, ברוחניות'דיגע ענינים דארף מען רעכענען וואס איז דער חילוק פון גאלד, זילבער און נחושת. גאלד איז דער חשוב'סטער מעטאל. זילבער איז נישט אזוי חשוב. אבער ס'איז דא א מעלה אין זילבער וואס גאלד האט נישט. גאלד איז, האט א מעלה אז ס'איז חשוב'ער. פון צווייטענס זייט גאלד נוצט מען נישט אלס די מטבע מיט וואס מען, מען קויפט זאכן. מה שאין כן זילבער איז אלעמאל געווען די זאך מיט וואס מען פלעגט נוצן. זילבער איז געווען, ווי מען זאגט in English, the currency. און גאלד איז נישט the currency. האט עס א מעלה, אבער האט א חסרון. זילבער האט א מעלה, האט א חסרון. נחושת האט נישט די מעלה, נישט די מעלה. איז ברוחניות, זאגט דער רבי, איז גאלד איז מרומז אויף בעלי תשובה, זילבער אויף צדיקים, און נחושת אויף רשעים. גאלד, וויבאלד דאס איז די חשוב'סטע, דאס איז בעלי תשובה. Ba'alei teshuvah איז די העכסטע מדרגה, ווי די גמרא זאגט, דער Rambam pask'nt, במקום שבעלי תשובה עומדין, צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד. אין די מדרגה פון בעלי תשובה קענען צדיקים נישט זיין, זיי זענען העכער פון צדיקים. איז גאלד מרומז אויף בעלי תשובה, זילבער איז מרומז אויף צדיקים. און דערפאר איז זילבער ווערט גענוצט אלס א מטבע, ווייל די עבודה פון צדיקים איז די נארמאלע וועג ווי ווי מען דארף בעצם טאן, וואס מען מאנט פון א ייד, זיין א צדיק. הגם בעל תשובה איז העכער, אבער דאס איז אלץ ער האט געטאן אן עבירה, דארף ער תשובה טאן, יעמאלט ווערט ער העכער. דערפאר איז גאלד וואס מרומז אויף בעלי תשובה, דאס נישט קיין נארמאלע זאך, דאס איז נישט קיין זאך וואס מען נוצט אויף טאן business, נארמאל אז מען זאל ארבעטן מיט דעם. ווייל דאס איז נישט דער נארמאלער דרך. הגם בשעת מען טוט עס איז מען אין א העכערע מדרגה. אבער זילבער ווייזט אויף צדיקים, וואס דאס איז סחורה ומלאכה, ווי מען זאגט, דאס איז א זאך וואס מען טוט און מען נוצט דאס אלץ, וואס דאס איז די נארמאלע זאך. אבער נחושת, דאס איז מרומז, ס'איז די נידעריגסטע, דאס איז מרומז אויף רשעים. און דערפאר זעט מען אז דאס ווארט נחושת קומט פון דעם שורש נחש, א שלאנג. נחש איז מרומז, דערמאנט א מענטשן גלייך אויף נחש הקדמוני, דער שלאנג, דער נחש וואס האט געבראכט טומאה צו דער וועלט בשעת ער'ט געמאכט אז אדם הראשון און חוה זאלן עסן פון עץ הדעת. דאס ווייזט אויף רשעים.

A Mishkan for Every Jew, However He Stands

און דאס האט דער אייבערשטער געוואלט באווייזן, אז דער ענין פון דעם משכן איז שייך צו אלעמען: צו צדיקים, בעלי תשובה, און רשעים אפילו. דער ענין פון משכן איז מרומז אויף דעם ענין אז מען נעמט א דבר גשמי און מען מאכט פון דעם א דבר של קדושה. רוב מצוות איז אזוי: מען נעמט עור, פעל, און מען מאכט פון דעם תפילין, מען נעמט וואל און מען מאכט פון דעם ציצית, מען נעמט מעל מיט וואסער, מען מאכט פון דעם א מצוה פון מצה. דאס איז דער ענין פון מצוות. איז דער ענין מרומז אין דעם משכן וואס מען האט געמאכט דעם משכן פון גשמיות'דיגע זאכן. און דאס איז מרומז דער ענין פון זהב, כסף ונחושת. אלע יידן זענען מחוייב צו ארבעטן אויף די עבודה, אויף מעלה זיין דעם גשמיות צו רוחניות דורך תורה ומצוות, סיי צדיקים, סיי בעלי תשובה, און אפילו רשעים. איינער וואס איז א rasha, ער האט געטאן aveirot, ער האט נאך נישט teshuvah געטאן, זאגט מען אים: אייכעט, דערווייל טו אנדערע mitzvot, טו mitzvot! איי דו האסט נישט teshuvah, דארפסטו גלייך mekayem zayin, ביסט mechuyav אין אלע mitzvot, אויף ma'aleh zayin די gashmiyut אויף ruchaniyut, דארפסט אויך מאכן א mishkan! איי ער'ט ער'ט א ba'al aveirah, דארף ער טאקע teshuvah טאן, דאס איז א באזונדערע זאך. און נישט נאר דאס, אז ער טוט מער mitzvot, וועט דאס אים ברענגען אליין צו teshuvah, אז ער לערנט מער Torah וועט אים ברענגען צו teshuvah. פאר וואס זאגט דער Alter Rebbe אין Hilchot Talmud Torah אז אפילו א rasha דארף לערנען Torah? Yerushalmi שטייט, אז אפילו א rasha דארף לערנען Torah. פאר וואס? ווייל hama'or shebah machziro lemutav. די ליכטיקייט פון Torah וועט אים ברענגען צו גוטס, וועט אים ברענגען צו teshuvah טאן. אבער ער דארף נישט ווארטן ביז ער teshuvah טאן כדי צו mekayem zayin אנדערע mitzvot. און דאס איז דער remez דא, אין דעם וואס דער Hashem האט געזאגט מען זאל נוצן zahav, kesef, unechoshet צו מאכן א mishkan, צו mermez זיין אז דאס וואס דער mishkan איז mermez, גייט עס אויף אלע סארט אידן: tzaddikim, און ba'ale teshuvah, און אפילו resha'im, אז אלע דארפן טאן די avodah.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00