Parshas Terumah
Why the pasuk twice stresses that the Mishkan and the menorah were built 'as you were shown on the mountain,' and what that has to do with making Har Sinai permanent.
Part of Shemot
The command to erect the Mishkan pointedly recalls that its design was shown on the mountain, a detail repeated again by the menorah. The revelation at Har Sinai was a powerful but fleeting gilui that came entirely from Above; the Mishkan, built through the Yidden's own donations and effort, was Hashem's way of anchoring that same revelation in the world permanently. That also explains why the parsha opens with a call for donations before ever mentioning a sanctuary to build.
Audio Transcript
א ווארט פון רבי'ן אויף היינטיקע פרשה, פרשת תרומה. אין פרשת תרומה שטייט א פסוק, אז דער אויבערשטער האט געזאגט: והקמת את המשכן כמשפטו אשר הראית בהר. ס'איז אויפשטעלן דעם משכן כמשפטו, ווי דער משפט, ווי מ'דארף, ווי דו ביזט באוויזן געווארן אויפן בארג. פרעגט דער רבי די שאלה: פאר וואס דארף דער פסוק דערמאנען אז דאס איז געווען אין בארג? ער געדארפט זאגן, אז מאכן דעם משכן אזוי ווי דו ביזט געזאגט געווארן, אזוי ווי מ'איז דיר געוויזן. וואס איז נוגע ס'איז געוויזן געווארן אויף א בארג, ס'איז נישט אויף א בארג, וואס איז דער חילוק? און דער רמז איז דא אן ענליכער פסוק בנוגע די מנורה בדוקא. בנוגע די מנורה שטייט: וראה ועשה בתבניתם אשר אתה מראה בהר. זע, קוק, און זאלסט טאן ווי מ'דארף, אזוי ווי דו ביזט באוויזן געווארן אויפן בארג. וואס איז נוגע דא דער ענין אז דאס איז געווען אויפן בארג?
איז דער רבי מסביר: דער ענין פון בארג דא מיינט הר סיני, וואס דער פסוק מיינט צו זאגן אז דער משכן איז א המשך צו מתן תורה אויף הר סיני. ביי מתן תורה וואס איז געווען? ס'איז געווען א גילוי אלקות, א גרויסער גילוי פון געטלעכקייט פון דעם אויבערשטן. נאר וואס דען, ס'איז נישט געווען אויף אייביק, ס'איז געווען נאר א צייטווייליקע זאך. נאר דער אויבערשטער האט געוואלט אז דער גילוי אלקות וואס איז דא געווען בהר סיני, ביי מתן תורה, זאל אראפקומען און זאל בלייבן נישט צייטווייליק, נאר אויף שטענדיק. און דאס איז דער משכן. און דאס זאגט דער פסוק: אז וואס מאכן דעם משכן, פאר דאס וואס דו ביזט באוויזן געווארן אויפן הר, דערמאנט הר סיני, אז דאס איז א המשך צו הר סיני. דערפאר דערמאנט ער דא אז כדי אז דער גילוי זאל אראפקומען אויף דער וועלט און בלייבן אין דער וועלט, דערמאנט ער אז דאס, דאס וואס דער משכן איז, איז א המשך צום גילוי וואס איז געווען ביי מתן תורה. און דערפאר ספעציעל ביי די מנורה ווערט דאס דערמאנט, ווייל דער גאנצער ענין פון די מנורה איז צו ברענגען די ליכטיקייט פון דעם אויבערשטן אין דער וועלט. ווי חז\"ל זאגן אז דער אויבערשטער האט געוואלט א מנורה, דארף ער האבן ליכטיקייט? נאר ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א ענין פון ברענגען ליכטיקייט פון דעם אויבערשטן אין דער גאנצער וועלט. און דערפאר ביי די מנורה בפרט ווערט דערמאנט אז דאס קומט פון הר, דאס קומט פון הר סיני, דאס איז א המשך צום גילוי פון הר סיני. וואס איז טאקע דער טעם וואס ביי מתן תורה איז דאס געווען נאר צייטווייליק און ביים משכן איז דאס געווען שטענדיק? ווייל ביי מתן תורה איז דער גילוי געקומען מלמעלה, פון דעם אויבערשטן, אבער נישט מלמטה, פון די מענטשן. בשעת עס קומט א גילוי מלמעלה, בשעת מעשה פעלט דאס אויף א מענטשן, אבער ווי לאנג ס'איז דארטן פעלט דאס אויף א מענטשן, אבער נאכדעם וואס ער וועפט זיך אויס, ווערט עס אויס. איז מתן תורה א גילוי מלמעלה, ס'איז דורכגעגאנגען די צייט ווען דער גילוי איז מער נישט געווען, גייט דאס אוועק. אבער דער אויבערשטער האט געוואלט מיט דעם משכן אז דאס זאל געמאכט ווערן פון די מענטשן, פון די יידן. ממילא קומט דאס פון צווישן די יידן, אז ס'קומט פון די יידן, נעמט דאס דורך די יידן, ממילא בלייבט דאס פארשטענדיק. און דאס זאגט ער, אז דאס איז א המשך פון הר סיני, נאר דא איז דער משכן א זאך וואס ברענגט דאס פון די מענטשן, פון די מענטשן האבן דאס געמאכט, די מענטשן האבן געבראכט די נדבות אויף מאכן דעם משכן, דאס קומט פון זיי, און דאס איז א זאך וואס וועט ברענגען דעם גילוי פון מתן תורה אראפגיין אויף שטענדיק. און מ'זעט טאקע אז ביי יציאת מצרים, וואס דאס איז בעצם די התחלה פון מתן תורה, די הכנה און די התחלה פון מתן תורה, ווי שטייט אין דער הגדה, אז ביי יציאת מצרים נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא וגאלם, דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו זיי, ס'איז א גילוי מלמעלה. און מתן תורה איז נאך א ווייטערדיקער גילוי מלמעלה, אבער דאס איז אלץ צייטווייליק. אבער נאכדעם דער משכן, האט דער אויבערשטער געוואלט אז דער גילוי זאל נמשך ווערן.
מיט דעם פארענטפערט דער רבי נאך א שאלה: פרשת תרומה פאנגט זיך אן אז דער אויבערשטער זאגט מ'זאל געבן תרומות, נדבות, ער זאגט אלע זאכן וואס מ'דארף, און דערנאך זאגט ער, וואס זאל מען טאן מיט דעם? מאכן פון דעם א מקדש, א משכן. פרעגט דער רבי די שאלה: ס'איז דאך דער סדר וואלט דאך געדארפט זיין פארקערט? פריער זאגן וואס מ'דארף מאכן: מאכט פאר מיר א מקדש. דערנאך זאגן, כדי צו מאכן דארפסטו דאך האבן די מאטעריאל פון וואס צו מאכן, זאלט איר געבן כסף, זהב, נחושת, די אלע זאכן וואס מ'דארף. וואס הייבט ער אן גלייך מיט תרומות? זאגט דער רבי, ווייל דאס קומט בהמשך צו מתן תורה. בפרט אז סוף פרשת משפטים רעדט זיך פון מתן תורה. גלייך נאכדעם זאגט דער אויבערשטער: איך וויל אז די מתן תורה זאל נמשך ווערן, אבער אין אן אופן וואס זאל בלייבן אויף שטענדיק. ווי אזוי איז דאס? אז ס'קומט פון די נדבות פון די מענטשן. זאגט ער, גלייך נאך מתן תורה זאגט ער: און יעצט וויל איך איר זאלט עפעס טאן, איר זאלט פון אייער זייט זאלט איר עפעס טאן. הייבט ער אן גלייך אז איר זאלט געבן תרומות, איר זאלט געבן נדבות. דערנאך זאגט ער, יא, מ'וועט דא זיין א מקדש, יא, מ'וועט דאס רופן, און די גאנצע כוונה וואס דער אויבערשטער האט געוואלט דעם משכן, אז דער גילוי וואס איז דא ביי מתן תורה זאל נמשך ווערן אויף ווייטער. דערפאר איז טאקע ווען ס'קומט צו דעם משכן, בפרט ביי דער מנורה, זאגט דער פסוק אז דאס איז אלץ כאשר הראית בהר, וואס דו ביזט באוויזן געווארן אין בארג, דאס איז א רמז אויף הר סיני, אויף מתן תורה, אז דאס איז אלץ א המשך פון מתן תורה.