Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Tetzaveh

The Choshen shares its letters with nachash yet its gematria with Moshiach, a contradiction that turns out to explain the purpose of concealment itself.

Part of Shemot

Resolves the apparent contradiction between the Choshen's letters spelling nachash, the deepest source of klipah, and its numerical value matching Moshiach, the ultimate revelation. The point of concealment, from the deepest hester to the Sitra Achra itself, is to be overcome, yielding a greater revelation of Godliness than would otherwise be possible, the same idea found in the Baal Shem Tov's reading of a double hester hiding even the Anochi within it.

Audio Transcript
A Word That Means Both Snake and Moshiach

א ווארט פון רעבן אויף היינטיגע פרשה, פרשת תצוה. אין פרשת תצוה רעדט זיך וועגן די בגדי כהונה. איינע פון די בגדי כהונה איז געווען דער חושן. שטייט פון ר' Chaim Vital אין שער המצות, טעמי המצות, אז חושן איז מיט די זעלבע אותיות ווי דאס ווארט נחש, א שלאנג. שטייט אבער אויכעט פון רבנו אפרים פון די בעלי התוספות אז חושן איז בגימטריא משיח, די זעלבע גימטריא ווי משיח. לכאורה איז דאס א סתירה, צוויי פארקערטע זאכן. דער נחש, דאס באווייזט אויף קליפה, די גרעסטע קליפה. נחש דערמאנט אונז אויף דעם נחש הקדמוני, דער נחש וואס האט געבראכט חוה, אדם וחוה צו טאן די עבירה פון עץ הדעת, חטא עץ הדעת, וואס דאס איז דער מקור פון אלע עבירות וואס איז דא פון גאנץ קליפה. איז דער ווארט נחש וואס איז די, וואס איז די זעלבע אותיות ווי חושן, איז דער ענין פון די גרעסט, ווייזט אויף די גרעסטע קליפה. פון צווייטן זייט שטייט פון רבנו אז דאס איז דער ענין פון משיח. נחש איז די גרעסטע קליפה, די גרעסטע העלם והסתר אויף אלוקות, און משיח באווייזט אויף דער גילוי אלוקות. ווי קומען די צוויי זאכן צוזאמען?

Concealment Exists to Be Overcome

איז דער ענטפער איז אז די גאנצע כוונה פאר וואס איז דא קליפה אויף דער וועלט כדי דאס זאל ברענגען מער גילוי אלוקות. בשעת מ'איז מתגבר אויף די קליפה ברענגט דאס א גרעסערע דרגה פון גילוי אלוקות אין דער וועלט. און דאס איז דער ענין פון די צוויי זאכן, אז דער ענין פון נחש איז בעצם דער ענין פון משיח. דער ענין פון נחש בהעלם, וואס ליגט אין דעם איז די כוונה אז ס'זאל זיין מער גילוי המשיח, הייסט גילוי אלוקות וואס איז דא אין וועלט.

The Anochi Hidden Within the Deepest Concealment

און דאס איז בדוגמא ווי דער רבי טייטשט אין א צווייטן ארט אויפ'ן פסוק וואס שטייט ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא. דער אויבערשטער זאגט: איך וועל באהאלטן מיין פנים. דאס איז א הסתר אויף אלוקות. און ווי דער Baal Shem Tov טייטשט אז דער לשון שטייט הסתר אסתיר, צוויי מאל הסתר, דאס באווייזט אויף א טיפערן הסתר, דאס איז א הסתר אויפ'ן הסתר. א הסתר פון אלוקות קען זיין אז ס'איז נישטא קיין אלוקות, ס'איז באהאלטן, אבער על כל פנים מע ווייסט אז ס'איז באהאלטן. ס'איז פאראן אבער א דא, נאך א דרגה אז דער באהאלטעניש, דער הסתר אליין איז באהאלטן, מע ווייסט גארנישט אז ס'איז באהאלטן, דאס איז נאך א טיפערע דרגה. און דעסוועגן שטייט דא אנכי הסתר אסתיר, אז אינעם הסתר איז דא דער אנכי. אנכי מיינט אנכי ה' אלקיך. עס שטייט אין חסידות אז דאס איז עצמות ואין סוף, דער אויבערשטער אליין. ווייל אינעם הסתר ליגט בעצם בהעלם, מיט דאס די כוונה כדי מע זאל צוקומען העכער צו דער דרגה פון אנכי. נאר ס'איז בהעלם, און די עבודה פון א ייד איז מע זאל מהפך זיין דעם הסתר אויפ'ן ענין פון אנכי ה' אלקיך. און דער זעלבער ענין איז דא אויך, אז דער ענין פון חושן וואס דאס איז די זעלבע אותיות ווי נחש, די כוונה אין דעם איז דער ענין פון משיח, דער גילוי אלוקות וואס איז דא. און דאס ווי שטייט אין Zohar אז כד אתכפיא סטרא אחרא אסתלק יקרא דקודשא בריך הוא בכולהו עלמין, אז בשעת מ'בייגט איין קליפה אדער אתהפכא, מע בייט איבער קליפה אויף קדושה, דאס הייסט מע ארבעט מיט איר און מע ברענגט אין דעם קדושה, יעמאלט ווערט נאך א גרעסערע גילוי אלוקות וואס איז דא. און דאס איז דא אויכעט אז מע מאכט פונדעם נחש, מאכט מען זאל זיין דער ענין פון משיח, דאס הייסט גילוי אלוקות אין וועלט.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00