Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SHEMOT

Parshas Vayakhel

Why Rashi's opening comment on Vayakhel quotes 'ששת ימים' rather than the words about Shabbos itself.

Part of Shemot

A close textual question: if Rashi wants to establish that building the Mishkan doesn't override Shabbos, why anchor the comment on the words for the six workdays instead of the seventh-day prohibition? The answer reframes melacha as belonging only to six days to begin with, so that Shabbos was never, in essence, a day melacha could apply to — which is precisely what makes the Mishkan's construction unable to override it.

Audio Transcript
Why does Rashi quote 'ששת ימים' instead of the words about Shabbos?

א ווארט פונעם Rebbe אויף היינטיגע פרשה, Parashat Vayakhel. קודם וועלן מיר רעדן וועגן Parashat Vayakhel. אין אנהויב Parashat Vayakhel זאגט דער פסוק: \"ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי יהיה לכם קודש שבת שבתון לה'\". זעקס טעג דארף ארבעט געטאן ווערן, און זיבעטן טאג איז הייליג, איז Shabbos צו דעם אויבערשטן. Rashi ברענגט פונעם פסוק די ווערטער \"ששת ימים\" אין דיבור המתחיל, און Rashi שרייבט: \"הקדים להם אזהרת שבת לציווי מלאכת המשכן\", אז דער אויבערשטער האט פריער געגעבן די ווארענונג, די mitzvah פון Shabbos פאר ער האט געזאגט וועגן מאכן דעם Mishkan, \"לומר שאינה דוחה את השבת\" - באווייזן, זאגן אונז אז מאכן דעם Mishkan, ארבעטן מיט מאכן דעם Mishkan איז נישט דוחה Shabbos. שטעלט זיך א שאלה: מיר וויסן אז Rashi ברענגט אין דיבור המתחיל די ווערטער וואס ער ברענגט פונעם פסוק, ברענגט ער די ווערטער וואס איז שייך צו זיין פשט. דא יעדאך, דא ברענגט Rashi די ווערטער \"ששת ימים\". Rashi האט געדארפט ברענגען די אנדערע ווערטער. \"ששת ימים\" איז דאך די טעג וואס מען מעג וואס מען ארבעט יא. Rashi האט געדארפט ברענגען די ווערטער אז Shabbos קען מען נישט ארבעטן, \"וביום השביעי יהיה לכם קודש\", און אויף דעם זאגט ער אז דער אויבערשטער האט פריער געגעבן דעם איסור, די אזהרה פאר Shabbos פאר מלאכת Mishkan באווייזן אז ס'איז נישט דוחה Shabbos. האט Rashi געדארפט ברענגען אויף די ווערטער פונעם פסוק אין דיבור המתחיל וועגן Shabbos, נישט וועגן די זעקס טעג. פארוואס ברענגט Rashi די ווערטער \"ששת ימים\" און אויף דעם זאגט ער, אויף די זעקס טעג וואס שטייט אין פסוק, אז דער אויבערשטער האט געזאגט Shabbos פאר מלאכת Mishkan צו זאגן אז ס'איז נישט דוחה? א צווייטע שאלה: פארוואס בכלל דארף די Torah דערמאנען די זעקס טעג ארבעט מען? די Torah וויל נאר זאגן אז מען קען אפילו נישט מאכן דעם Mishkan Shabbos. די Torah געדארפט זאגן: Shabbos טאר מען נישט ארבעטן, און דערנאך דערציילן וועגן דעם Mishkan, וועט מען פארשטיין אז די Torah זאגט אין Shabbos פאר דעם Mishkan, באווייזן אז מיר קענען אפילו נישט מאכן דעם Mishkan Shabbos. פארוואס דארף Torah תורה בכלל ברענגען די זעקס טעג?

Shabbos was never included in melacha to begin with, resolving why the Mishkan doesn't override it

איז דער Rebbe מסביר זייער אן אינטערעסאנטן ווארט: נארמאל וואלט מען געקענט לערנען אז אלע טעג פון וואך געמאכט געווארן אויף ארבעט, א מענטש דארף ארבעטן זיבן טעג א וואך, אלע זיבן טעג, נישט נאר זעקס טעג, אלע זיבן טעג דארף מען ארבעטן. נו, וואס דען? Shabbos האט Torah תורה געזאגט אז Torah תורה נעמט עס ארויס פונעם כלל. בעצם איז אלע טעג אויף ארבעט, קומט Shabbos, Torah תורה געזאגט אז מ'טאר נישט ארבעטן Shabbos. אבער בעצם איז דער מושג פון Shabbos יא, מושג פון ארבעט איז דא אפילו Shabbos. אויב מיר וואלטן געלערנט אזוי, וואלט מען געקענט טראכטן, וויבאלד בעצם איז Shabbos אויך א טאג פון ארבעט, אלא מאי Torah תורה וויל נישט מען זאל טאן, אבער אויב ס'איז א חשוב'ע ארבעט, אן ארבעט Mishkan משכן, ממילא אפשר קען מען יא. דערפאר זאגט Torah תורה: \"ששת ימים תעשה מלאכה\", אז נישט דער פשט ס'איז דא זיבן טעג פון ארבעטן, אין איין טאג טאר מען נישט ארבעטן. לכתחילה איז ארבעט געגעבן געווארן אויף זעקס טעג. Shabbos איז בעצם נישט שייך צו דעם ענין פון ארבעט. אויב אזוי פארשטייט מען אז מיר קענען נישט זאגן אז א חשוב'ע ארבעט קען מען טאן Shabbos. Shabbos איז בכלל נישט בעצם שייך צו ארבעט. און דאס מיינט Rashi צו זאגן. דערפאר ברענגט Rashi די ווערטער \"ששת ימים\", ער זאגט מיט דעם וואס די תורה זאגט אז זעקס טעג ארבעט מען, דאס מאכט נאך שטארקער פארשטיין אז מען קען נישט מאכן דעם משכן שבת. דערפאר זאגט די Torah בכלל וועגן די זעקס טעג. די קשיא געווען פארוואס Torah תורה ציילט וועגן די זעקס טעג, Torah תורה וויל זאגן נישט נאר אז זעקס טעג מעג מען ארבעטן, ארבעט איז שייכות, דער ענין פון ארבעטן איז שייך נאר צו זעקס טעג, נישט צו זיבן טעג. אז די תורה זאגט דאס, פארשטייט מען אז ווי וויכטיג די ארבעט איז, איז נישט שייך Shabbos, Shabbos איז נישט שייך קיין מלאכה. און דערפאר איז Rashi מעתיק פונעם פסוק \"ששת ימים\", זאגן וויבאלד Torah תורה זאגט \"ששת ימים\" אז זעקס טעג איז שייך צו ארבעט, פון דעם פארשטייט מען אז דער משכן איז נישט דוחה שבת, וויבאלד ס'איז בעצם א זאך וואס איז נישט שייך צו מלאכה. איז פארענטפערט ביידע שאלות, פארוואס די תורה בכלל ברענגט דאס, און פארוואס Rashi, ווען ער וויל זאגן אז Torah תורה לאזט אונז הערן אז מען קען נישט מאכן דעם משכן שבת, איז פארבונדן מיט די ווערטער \"ששת ימים\", ווייל פון דעם וואס Torah תורה זאגט \"ששת ימים\", Torah זאגט אז נאר זעקס טעג איז שייך צו ארבעט, דאס גיט א חיזוק צו דעם ענין צו פארשטיין אז אפילו מלאכת המשכן איז נישט דוחה שבת.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00