Parshas Vayeilech
How the Four Species Teach Jewish Unity, Even Without a Temple
Part of Devarim
A short class on Parshas Vayeilech exploring how the Four Species continue to model the unity of the Jewish people even in the absence of the Beis Hamikdash.
Audio Transcript
א ווארט פון רבין אויף היינטיקע פרשה, פרשת וילך. אין פרשת וילך לערנען מיר וועגן די מצוה פון הקהל. די יאר נאך שמיטה איז געווען די מצוה אז דער מלך דארף צוזאמנקלויבן אלע אידן, ווי דער פסוק זאגט: הקהל את העם האנשים והנשים והטף, און דער מלך האט געלערנט, גערעדט, געלייענט פאר זיי חלקים פון דער תורה. דאס הייסט אז ס'איז דער זמן ווען אלע אידן האבן זיך צוזאמענגעקומען, דער ענין פון אחדות פון אלע אידן, ווי ס'שטייט אין פסוק הקהל את העם האנשים והנשים והטף, מענער, פרויען און קינדער. און אלע זענען צוזאמענגעקומען אין איין ארט, אין בית המקדש, פאר איין תכלית. דער תכלית, אז ס'זאל ברענגען צו יראת השם, ליראה את השם ווי ס'שטייט אין פסוק. איז דער רבי מסביר דער שייכות פון הקהל צו סוכות, און בפרט צו מוצאי דער ערשטן טאג פון סוכות. דער ענין פון הקהל איז פארבונדן מיט אחדות, ווי מיר זעען דא, דער פסוק רעדט דא, זאגט דא: הקהל את העם האנשים הנשים והטף, אלע אידן. דאס הייסט אז ס'איז דער ענין פון אחדות פון אלע אידן. און בכלל אלע ענינים טובים וואס ס'איז דא ביי אידן איז בעסער אויב ס'האט צו טון מיט אחדות. און דא איז בפרט געווען דער ענין פון אחדות, אז אלע אידן האבן געדארפט קומען צוזאמען. און דאס איז מער אז ס'איז מסוגל אז ס'זאל ברענגען צו יראת שמים. דער ענין פון אחדות איז פארבונדן מיט סוכות, ווארום די גמרא זאגט: ראויים כל ישראל לישב בסוכה אחת. באמת קענען אלע אידן זיצן אין איין סוכה. ס'וואלט געקענט זיין א גרויסע סוכה און אלע אידן קענען זיצן אין דער סוכה. איז דאס א רמז אויף דער ענין פון אחדות וואס ס'איז דא אין סוכות.
אבער ספעציעל איז דאס מרומז אין דער ענין פון די מצוה פון די ד' מינים: דער אתרוג, לולב, הדסים און ערבות. דער אתרוג האט א טעם, דער אתרוג האט א טעם וואס מען עסט דאס, האט א טעם און האט א גוטן ריח, דאס איז מרומז אויף אידן וואס לערנען תורה און טוען מצוות. דער לולב, הייסט די פירות פון דעם לולב, האבן א טעם, האבן נישט קיין ריח. איז דאס מרומז אויף די וואס לערנען תורה, אבער נישט אזוי פיל פארבונדן מיט דעם ענין פון מצוות. הדסים האט א ריח און האט נישט קיין טעם, איז מער די אידן וואס זענען פארבונדן מיט מצוות און נישט מיט תורה. און ערבות האט נישט קיין טעם און נישט קיין ריח, דאס גייט אויף אידן וואס זענען נישט אזוי פארבונדן נישט מיט תורה ומצוות. און פון די אלע פיר מאכט מען איין מצוה, דאס איז די אחדות פון אלע אידן. איז דער ענין פון די ד' מינים באווייזט אחדות. און די מצוה איז באמת דער ערשטן טאג פון סוכות, מדאורייתא איז די מצוה נאר דער ערשטן טאג פון סוכות, ווי ס'שטייט אין פסוק: ולקחתם לכם ביום הראשון, די אלע מינים. איז אין ערשטן טאג פון סוכות ווערט דערהערט דער ענין פון אחדות. אחוץ וואס סוכות בכלל איז פארבונדן מיט אחדות, איז דער ענין פון די ד' מינים אין ערשטן טאג פון סוכות מער פארבונדן מיט אחדות. און דערפאר איז די מצוה פון הקהל, וואס ס'איז געווען דער ענין פון הקהל את העם האנשים והנשים והטף, דער ענין פון אחדות, און דורך דעם ענין פון אחדות איז געקומען מער ליראה את השם, ברענגען מער יראת שמים. איז ווען איז געווען די מצוה? גלייך נאך דעם ערשטן טאג פון סוכות. ווען די אידן האבן געטאן דעם ענין פון אחדות דורך די ד' מינים, יעמאלט איז געווען דאס מער מסוגל אז דער מלך זאל קלויבן אלע אידן צוזאמען און זאל זיי מעורר זיין אויף יראת שמים. און דערפאר איז געווען די מצוה פון הקהל דווקא מוצאי דער ערשטן טאג פון סוכות. און הגם
היינטיקע צייטן האבן מיר נישט קיין בית המקדש, איז נישטא די מצוה פון הקהל, אבער פונדעסטוועגן אז ס'קומט יענעם יעדער יאר נאך שמיטה, איז ברוחניות דא דער ענין פון הקהל. און באמת נישט נאר יענעם יאר, פון יענעם יאר, פון איינמאל אין זיבן יאר, ווערט נמשך די המשכה אז אלע יארן אין סוכות קען מען מקיים זיין די מצוה פון הקהל ברוחניות, אז מ'האט דער ענין פון אחדות, און דורך דעם איז מען מוסיף אין דעם ענין פון יראת שמים, ווי ס'שטייט ביי הקהל, אז דער כוונה איז ליראה את השם, צו ברענגען מער יראת שמים.