Parshas Yisro
The Frierdiker Rebbe once asked the Rebbe Rashab the day after Yom Kippur, ‘nu, vos itzt?’ — and the answer, hidden in a Rashi on this week’s parshah, is that real avodah never stops climbing.
Part of Shemot
Rashi notes that the day Moshe sat down to teach the Yidden Torah and mishpatim was the day right after Yom Kippur, and the Rebbe reads that timing as a remez to the well-known story of the Frierdiker Rebbe asking his father what is left to do after reaching the peak of the Aseres Yemei Teshuvah. The answer he received, that now one first has to begin teshuvah, teaches that even the highest madregah reached on Yom Kippur is only a starting point for going higher still. As the Gemara says, tzaddikim have no rest — like climbing a mountain, where stopping partway means falling, so the only way to keep standing is to keep going up.
Audio Transcript
א ווארט פונעם רבי'ן אויף היינטיקע פרשה, פרשת יתרו. פרשת יתרו שטייט: \"ויהי ממחרת\", ס'איז געווען אפמארגן, \"וישב משה לשפוט את העם\", משה איז געזעצט משפט'ן די פאלק. און ווי ס'קומט ווי ס'איז געזעצט, אויסלערנען די תורה, דאס הייסט לערנען מיט זיי און פסק'ענען דינים וואס איז שייכות צו זיי על פי תורה. און דער רבי איז מסביר ווי מ'קען לערנען די רש\"י די מנין על פי דרוש.
ס'איז באוואוסט די מעשה אז דער פריערדיקער רבי איז אמאל אריין צום טאטן, זיין טאטן דער רבי רש\"ב, א טאג נאך יום כיפור, און ער האט געפרעגט דעם טאטן, און יעצט איז וואס? וואס דארף מען יעצט טון? דאס הייסט נאך די גאנצע עבודה וואס מ'האט געהאט ביז יעצט, שוין געטאן די עבודה פון ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום כיפור, מ'איז געקומען צו די העכסטע מדרגה, דער אייבערשטער האט מוחל געווען אלע עבירות, נו וואס איז די עבודה יעצט? האט דער רבי רש\"ב אים געענטפערט, יעצט דארף מען ערשט תשובה טון. וואס הייסט יעצט דארף מען ערשט? נאכאמאל אנהייבן, דאס הייסט מ'דארף גיין אין א העכערע מדרגה. דאס איז אז אפילו נאך יום כיפור ווען מ'איז קומט צו די העכסטע מדרגה דארף מען ממשיך זיין, און דאס איז דער רמז אין רש\"י: \"ויהי ממחרת\", ס'איז געווען אפמארגן נאך יום כיפור. וואס האט מען געטאן אפמארגן נאך יום כיפור? \"וישב משה לשפוט את העם\", משה איז געזעצט לערנען תורה מיט די אידן. דאס הייסט נאך די העכסטע מדרגה ער האט ערשט אנגעפאנגען לערנען אין א העכערע מדרגה ווי ס'איז געווען פריער. וואס
פון דעם לערנט מען ארויס ווי א מענטש קען, קיינמאל זיך נישט אפשטעלן, ווי הויך מ'דערלאנגט אין עבודת השם, ס'איז נישט גענוג, מ'קען זיך נישט אפשטעלן, מ'דארף אלעמאל גיין העכער און העכער. ווי ס'שטייט אין גמרא, אז תלמידי חכמים, אדער א גירסא שטייט צדיקים, אין להם מנוחה. צדיקים האבן נישט קיין מנוחה, ילכו מחיל אל חיל, אז זיי גייען אלעמאל פון איין מדרגה צו נאך א מדרגה, און זיי שטעלן זיך קיינמאל נישט אפ. און ווי דער רבי טייטשט אין אן אנדער שיחה, אז ס'שטייט א פסוק, \"מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו\", ווער קען ארויפגיין אויף דעם בארג פון דעם אייבערשטן, ווער קען דארטן שטיין? טייטשט דער רבי, אז דאס מיינט צו זאגן אז כדי שטיין אויף א בארג מוז מען גיין העכער. אז איינער גייט אויף א בארג, קען מען זיך נישט אפשטעלן, מ'דארף גיין אלץ העכער. אויב מען שטעלט זיך אפ, חס ושלום, אינמיטן קען מען פאלן. דארף מען גיין העכער און העכער. דאס דער פשט, \"מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו\", די עיקר איז מ'דארף, קען מען זיך, קען מען זיך נישט אפשטעלן, מ'דארף גיין אלעמאל יעלה, מ'דארף גיין העכער און העכער. און דאס איז דער רמז דא, אז ממחרת יום כיפור דארף מען גיין העכער. ממחרת יום כיפור, ווי רש\"י זאגט מוצאי יום כיפור, איז וישב משה לשפוט, ער האט ערשט אנגעהויבן לערנען מיט די אידן אין, ענינים פון תורה און משפט וכולי וכולי. פון דעם דארף זיך אפלערנען יעדער איד, אזוי דארף מען זיך פירן, קיינמאל זיך נישט אפשטעלן, אלעמאל גיין העכער און העכער אין עבודת השם.