Parshas Chukas-Balak
How Miriam's Well Sustained the Jews for Forty Years
Part of Bamidbar
A vort on Parshas Chukas-Balak exploring the teaching that the desert's miraculous water source existed in the merit of Miriam, stopping only after her passing.
Audio Transcript
א ווארט ווען מען רעדט פון היינטיקע פרשה, פרשת חוקת בלק, מיר וועלן רעדן וועגן די ערשטע, דער אנהייב פון פרשת חוקת. פרשת חוקת רעדט וועגן די פרה אדומה. די Torah זאגט, דער אייבערשטער גערעדט צו Moshe'n געזאגט, \"זאת חוקת התורה\", דאס איז די חוקה פון דער Torah, און גייט אריין אין אלע דינים, אלע פרטי דינים פון פרה אדומה. די באוואוסטע שאלה איז: פאר וואס שטייט \"זאת חוקת התורה\"? עס געדארפט שטיין \"זאת חוקת הפרה\". היות ער גייט דערציילן די מצוה פון פרה, דארף ער זאגן דאס איז די חוקה פון פרה. אזוי ווי עס שטייט ביי קרבן פסח, שטייט \"זאת חוקת הפסח\", דער אייבערשטער געזאגט דאס איז די חוקה פון פסח, און ער גייט אלע דינים פון קרבן פסח, האט דא געדארפט שטיין \"זאת חוקת הפרה\", פאר וואס שטייט דא \"זאת חוקת התורה\"? און דער Rebbe איז מסביר אז דאס מיינט צו זאגן אז די גאנצע, די מצוה פון פרה אדומה איז בעצם די גאנצע Torah. וואס מצוה פרה אדומה האט, גיט אונז א פארשטאנד אין וואס די גאנצע תורה איז, און ער איז מסביר אזוי: מיר וויסן אז אין מצות איז דא דריי סוגים. ס'איז דא משפטים, עדות, און חוקים. משפטים איז אזא מצוות וואס מען פארשטייט דעם טעם, און ווען די Torah וואלט חס ושלום נישט געגעבן געווארן, וואלט מען עס אויך געהאלטן. לא תגזול, מען טאר נישט גנב'ענען, מען טאר נישט הארגענען, וכולי וכולי, דאס איז פארשטאנדיקע זאך. עדות איז מצוות וואס ווען די Torah זאגט אונז נישט אז מען זאל דאס טון, וואלט מען עס נישט געטאן, אבער נאכדעם וואס די תורה Torah אז מען זאל עס טון, פארשטייען מיר, ווייסן מיר פאר וואס, למשל Shabbos. פאר וואס האלט מען Shabbos? ווייל דער אייבערשטער באשאפן די וועלט אין זעקס טעג, און אין זיבעטן טאג ער גערוהט, האט ער אונז געגעבן א מצוה מ'זאל דאס געדענקען, גיט ער די Shabbos פון שבת. איז דא א סברא אויף דעם, ס'איז דא א שכל. אבער ווען די Torah הייסט נישט אונז האלטן Shabbos, וואלט נישט געהאט קיין מצוה, וואלט מען נישט געהיט Shabbos. Tefillin, למשל, ס'איז דא א סברא אויף tefillin. Tefillin איז א אידישע לבוש, א זאך וואס באווייזט אז דו ביסט א איד, אבער א חוץ דעם tefillin איז לשעבד את המוח והלב, דאס מאכט, דאס דערמאנט אונז אז מען דארף איבערגעבן דעם מוח צום אייבערשטן, tefillin איז די תפילין של tefillin אויפ'ן קאפ, די תפילין של יד אויף די האנט, לעבן דאס הארץ, ווייזט אז מען דארף איבערגעבן די געפילן וואס קומט פון הארץ צום אייבערשטן, און ס'איז אויף די האנט, באווייזט אז די מעשה, די ענינים וואס מען טוט מיט די הענט דארף מען איבערגעבן צום mitzvot, tefillin דא א טעם פאר מצות תפילין. אבער ווען די תורה הייסט נישט אונז אנטין tefillin, וואלט מען נישט אנגעטאן tefillin, אבער אז די תורה הייסט, ווייסט מען א סיבה.
חוקים זענען אזעלכע מצוות וואס האבן קיין טעם נישט. ס'איז נישטא קיין סך אזעלכע מצוות, אבער ס'איז דא איינציקע אזעלכע מצוות וואס האבן אין גאנצן קיין טעם נישט. צווישן די חוקים איז פרה אדומה. פרה אדומה איז דער גרעסטער חוק. שטייט אין Midrash אז Shlomo Hamelech האט געזאגט, \"אלע חוקים פארשטיי איך,\" ער האט פארשטאנען דעם טעם פון אלע חוקים, חוץ, מיר פארשטייען נישט, אבער ער האט פארשטאנען, אבער פרה אדומה פארשטייט ער אויך נישט, דאס איז דער גרעסטער חוק וואס ס'איז דא. איז אויף דעם זאגט דער פסוק, \"זאת חוקת התורה\", אז דאס וואס די פרה אדומה איז א חוק וואס האט נישט אין גאנצן קיין סברא און ס'איז אין גאנצן העכער פון שכל, דאס איז באמת די גאנצע תורה. די גאנצע תורה איז א זאך וואס איז העכער פון פארשטאנד. דאס וואס מיר פארשטייען געוויסע זאכן אין Torah, דאס איז דער אייבערשטער האט אונז א טובה געטאן אז מיר זאלן קענען פארשטיין, אבער אזוי ווי קען מען פארשטיין די טיפקייט פון Torah? תורה איז חכמתו של הקדוש ברוך הוא, ווי דער Rambam זאגט, ס'איז דעם אייבערשטנ'ס חכמה, און דער Rambam זאגט \"הוא וחכמתו אחד\", דער אייבערשטער און זיין חכמה איז איין זאך, איז צוזאמען איין זאך, איז Torah דער אייבערשטער אליין. מצוות זענען רצונו של הקדוש ברוך הוא, ס'איז דער רצון פון דעם אייבערשטן, און הוא ורצונו אחד, דער אייבערשטער און זיין רצון איז איינס, איז די תורה דער אייבערשטער. איז דער אייבערשטער איז בלי גבול, איז די תורה אויך בלי גבול. אז די תורה איז בלי גבול, איז ווי שייך עס אז א מענטש וואס איז מוגבל, ווי זאל ער פארשטיין תורה? ווי קען דער בלי גבול פון תורה אריינגיין אין א קאפ פון א מענטשן וואס איז גבול? ס'איז דאך נישט שייך. איז דאס וואס מיר פארשטייען, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א ביסל צו פארשטאנד, ווי מען זאגט א, א, א ברעג, א ביסל מ'זאל פארשטיין, מאכן גרינגער אפהאלטן תורה ומצוות, אבער באמת תורה ומצוות זענען העכער פון שכל, ס'איז אלוקות, ג-טליכקייט. און דערפאר האט דער אייבערשטער געמאכט אז על כל פנים איין מצוה זאל זיין אין גאנצן העכער פון פארשטאנד, וואס דאס גיט אונז, דאס לאזט אונז וויסן אז באמת דאס איז די גאנצע תורה. די גאנצע תורה האט דער אייבערשטער אנגעטאן אין פארשטאנד, געוויסע פרטים פארשטייט מען, אבער ס'איז דא איין מצוה וואס באווייזט וואס בעצם די תורה איז. און דאס איז דער פשט אין פסוק, \"זאת חוקת התורה\", די גאנצע תורה איז די חוקה. און דער אמת איז, ווען מיר וואלט פארשטאנען אלץ, וואלט א מענטש געקענט טראכטן, \"אזוי ווי אלץ איז פארשטענדיק, די גאנץ תורה ומצוות איז פארשטענדיק, מסתמא איז דאס געמאכט געווארן פון אזא איינער וואס איז אין מיין מדרגה, א ביסל קלוגער פון מיר, מער שכל פון מיר, אבער באמת אז איך קען אלץ פארשטיין, איז דאס אין מיין מדרגה.\" דאס איז נישט אמת, דאס איז אין גאנצן העכער. און דאס האט דער אייבערשטער באוויזן דורך על כל פנים געבן איין מצוה וואס דאס איז אין גאנצן נישט פארשטענדיק, און ווייזט אונז אז דאס איז די גאנצע תורה, \"זאת חוקת התורה\". דאס דערמאנט מיר derech agav
אגב, כ'האב Shabbos א גאסט אויף שבת. א איד געקומען פרייטאג, זיך געלערנט א גאנצן טאג Gemara, Shabbos נאכמיטאג געלערנט, Shabbos אין דער פרי איידער גיין אין שול, האב איך אים געזאגט די ערשטע זאך, פארן דאווענען גיב איך א שיעור אין חסידות, זאל ער קומען. זאגט ער, ניין, ער וויל נישט לערנען חסידות. האב איך אים געפרעגט, וואס האסטו אקעגן חסידות? זאגט ער, חס ושלום, איך האב גארנישט אקעגן חסידות, נאר איך פארשטיי נישט. איך הער דאס, איך פארשטיי נישט וואס מען זאגט. ממילא, וואס האב איך וואס צו לערנען? האב איך אים געזאגט, ווייסט וואס? ביסט גערעכט, אבער ס'איז כדאי, אמאל אמאל צו לערנען א זאך אין תורה וואס מען פארשטייט נישט. אזוי קען מען זיך איינרעדן אז די גאנצע תורה פארשטיי איך, ס'תורה איז איבערגעגעבן צו מיין פארשטאנד. כדי זאלסט וויסן אז בעצם איז די תורה העכער פונעם פארשטאנד, אז מען לערנט אמאל אמאל א זאך אין תורה וואס מען פארשטייט נישט, זעט מען אז אין דעם איז דא אלקות, און אין דעם איז דא זאכן העכער פונעם פארשטאנד. און ער איז געגאנגען מיט מיר, און טאקע געווען אזוי. אבער די פראבלעם איז געווען, איך האב אים שפעטער געפרעגט, נו, וואס זאגסטו? האט ער מיר געענטפערט, די צרה איז איך האב אלץ פארשטאנען. נו, דאס איז אן אנדער פראבלעם, אבער די נקודה אז מען דארף געדענקען אז ס'אלץ העכער באמת פון שכל, און דער אויבערשטער האט דאס נאר מלביש געווען אין שכל, דאס איז א וויכטיגע זאך, און דאס דריקט זיך אויס אין פרה אדומה, דעפאר זאגט די תורה, זאת חוקת התורה, אז די פרה אדומה, דאס
דריקט אויס די עצם וואס באמת די תורה איז.