Purim
What it really means to drink on Purim until you can't tell ארור המן from ברוך מרדכי — and why that has to come from the עצם הנשמה, not from logic.
Part of Purim
Two sharp questions on the din of לבסומי בפוריא: what's gained by blurring the difference between Mordechai and Haman, and how could a Yid possibly forget it while drinking specifically to celebrate that difference? The resolution ties Purim to Yom Kippur through the five levels of the neshamah, the fifth being the עצם הנשמה that's connected to Hashem beneath all understanding — and reads Esther's ובכן אבוא אל המלך as the fifth ובכן, revealing Purim as the deepest, not the lightest, day of connection.
Audio Transcript
א ווארט פון רבי'ן וועגן פורים. א פורים זאגט די גמרא ס'איז דא א דין חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי. פורים דארף א ייד זיין צופרידן, און דאס הייסט ער דארף טרינקען וויין און ווערן אין אזא מצב אז ער קען ער ווייסט נישט קיין חילוק צווישן געבענטשט איז מרדכי און געשאלטן איז המן. שטעלט זיך א קשיא, וואס איז די תכלית פון דעם? וואס איז דער ענין אז מען זאל נישט וויסן דעם חילוק? וואס איז די וואס איז די גוטע אין דעם מען זאל נישט וויסן קיין חילוק פון ברוך מרדכי ביז ארור המן? א צווייטע קשיא, ווי איז שייך אזא זאך? בשעת א ייד טרינקט, ווי רש״י זאגט מען דארף טרינקען וויין, טרינקט פורים, פאר וואס טרינקט ער? ער טרינקט ווייל ער דאנקט דעם אויבערשטן פאר דעם נס וואס דער אויבערשטער האט געטאן דורך מרדכי און וואס ער האט געבראכט א מפלה צו המנ'ען, צו די גזירה פון המן. אין די גאנצע צייט וואס ער טרינקט, טרינקט ער דאך צוליב די כוונה ווייל ברוך מרדכי וארור המן, איז ווי שייך אז ער זאל טרינקען אזוי פיל און פארגעסן פון ברוך מרדכי ביז ארור המן, נישט וויסן קיין חילוק? ס'איז גארנישט שייך! איז דא צוויי שאלות: ערשטנס, טאמער ס'איז יא שייך, פאר וואס זאל מען דאס טאן, וואס איז דער תוכן אין דעם? א צווייטע שאלה: ווי איז דאס שייך? ס'איז דא אנדערע וואס לערנען א פשט אז דאס מיינט וויבאלד אז די גימטריא פון ארור המן און ברוך מרדכי איז די זעלבע גימטריא, מיינט דאס אז ער דארף ווערן אזוי שיכור אז ער קען נישט חשבונען, ער קען נישט חשבונען גימטריאות.
אבער דער רבי האט אן אנדער פשט, ער טייטשט אזוי: דאס וואס איז ברוך מרדכי מיינט נישט נאר מרדכי, מרדכי איז רעפרעזענטירט קדושה, הייליקייט, המן איז מרומז אויף קליפה. און מיר ווייסן אז קדושה איז ברוך, קדושה איז געבענטשט, קדושה איז ריכטיק, און קליפה איז ארור. אבער פאר וואס ווייסט מען דאס? איז נישט גענוג איז ווייל מען זאל וויסן דאס אין שכל, א מענטש טראכט זיך אריין און פארשטייט אין שכל, קומט ער צום פארשטאנד אז יא, אלע ענינים פון מרדכי איז ברוך און אלע ענינים פון המן איז איז ארור. אבער ס'קומט פורים דארף א ייד דערגיין צו אזא מדרגה אז ביי אים איז אפגעלייגט ברוך מרדכי און ארור המן נישט מצד ידיעה, ווייל דער שכל, זיין מוח פארשטייט דאס, נאר אזוי איז ביי אים בעצם. אוודאי דארף ער פארשטיין מיט'ן שכל אויך, אבער עס דארף זיין אפגעלייגט בעצם אז עניני קדושה איז ברוך און עניני פון המן וואס דאס איז קליפה איז ארור. און דאס איז דער פשט מען דארף קומען צו א מדרגה פורים אז לא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אז דאס וואס איז דא ארור המן און ברוך מרדכי איז לא ידע, נישט מצד ידיעה אליין, נאר דאס בעצם איז אפגעלייגט ביי א ייד אזא זאך. און דאס איז דער פשט, דער טיפערער פשט אין דעם מען דארף טרינקען ביז לא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי.
און דאס איז פארבונדן אויך מיט דעם וואס שטייט אין תיקוני זהר אז פורים און יום כיפור זענען גלייך, אין א פרט שטייט אז יום כיפור פורים איז נאך העכער פון יום כיפור, דערפאר הייסט דאס יום כפורים, אז מען פארגלייכט פורים צו יום כיפור, יום כיפור צו פורים, דער פאקט איז א סימן אז פורים איז נאך מער, אבער על כל פנים זיי האבן דעם זעלבן תוכן. וואס איז דער תוכן פון יום כיפור? ווייסן מיר וואס שטייט אין חסידות אז דער תוכן פון יום כיפור איז אז עס ווערט נתגלה דער עצם התקשרות פון א ייד מיט'ן אויבערשטן, נישט נאר צוליב פרטים וואס א ייד טוט, נאר ס'איז דא אן עצמות'דיקע התקשרות פון דעם ייד צום אויבערשטן און אלע דעם אויבערשטנ'ס ענינים, און דאס ווערט נתגלה יום כיפור. און דאס איז מרומז אין דעם וואס יום כיפור איז דא פינף תפילות, יום שנתחייב בחמש תפילות, פינף תפילות. און עס שטייט אז ס'איז מרומז אויף די פינף דרגות אין דער נשמה. שטייט אין מדרש נשמה, חמשה שמות נקראו לה, די נשמה האט פינף נעמען: נפש, רוח, נשמה, חיה, יחידה. דאס איז נישט נאר פינף נעמען, דאס מיינט פינף דרגות. און ס'שטייט אז די דרגה פון יחידה דאס איז דער עצם הנשמה וואס איז בעצם פארבונדן מיט'ן אויבערשטן. און דאס ווערט נתגלה ביום כיפור. און דאס איז דער רמז דא, אז יום כיפור איז דא א דרגה וואס איז די התקשרות פון א ייד מיט'ן אויבערשטן, וממילא דאס כולל אלע עניני קדושה איז בעצם, און דאס איז דער ענין פון פורים אויך, אז מען דארף פורים אריינגיין אין די דרגה, דערגיין צו די מדרגה אז לא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, ס'איז אפגעלייגט בעצם אז ארור המן און ברוך מרדכי, און דאס איז לא ידע נישט מצד ידיעה.
און ס'איז דא נאך א נקודה דא. אין דער מגילה שטייט אז אסתר האט געזאגט ובכן אבוא אל המלך אשר לא כדת, נאכדעם וואס מרדכי האט זי געשיקט צו גיין צו אחשורוש'ן, הגם ס'איז געווען דער דער דער דער חוק איז געווען אז מען טאר נישט גיין סיידן מען רופט, אבער זי האט געזאגט אני, איך וועל גיין, ובכן אבוא אל המלך, איך וועל קומען צום מלך אשר לא כדת. שטייט אין ספרים אז דער ווארט מלך אין מגילה איז מרומז אויפ'ן אויבערשטן, איז דער פשט אז דא איז דא א ובכן דער ובכן הייסט: איך וועל קומען צום אויבערשטן לא כדת, אפילו ס'איז נישט כדת, ווייל דער עצמות'דיקער קשר פון א איד מיט'ן אויבערשטן איז נישט פארבונדן מיט דת און מיט פרטים. אפילו חס ושלום א איד איז דורכגעפאלן, שלא כדת, איז פורים איז א טאג וואס ס'וועט נתגלה דער קשר צום אויבערשטן. און ס'איז אינטערעסאנט אז בראש השנה און יום כיפור זאגט מען אין שמונה עשרה פיר ובכן'ס: ובכן תן פחדך וכדומה, און דאס איז א פינפטער ובכן. שטייט אין ספרים, דער רבי איז דאס מסביר גאר באריכות, אז פורים איז דא דער פינפטער ובכן, דער ובכן וואס קומט פון די פינפטע דרגה פון דער נשמה. און דאס איז דער טיפערע פשט אין חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע, אז מען דארף דערגיין אזוי פיל פורים אז מען זאל דערהערן דעם ענין פון ברוך מרדכי און ארור המן ביז עד דלא ידע. דאס הייסט אזוי, אז פורים איז נישט ווי אנדערע מיינען, אז דאס איז א פריילעכער טאג סתם, און מען קען זיין פריילעך און מען מאכט זיך נאריש. פורים איז זייער א ערנסטער טאג. ס'וועט נתגלה די הויכע דרגה פון דעם קשר פון די אידן, פון א איד צום אויבערשטן.