Shavuos
Why the Torah compares the Yidden to a king's hidden treasures rather than the jewels set in his crown — a distinction between what serves the king's honor and what is simply beloved for its own sake, given over at Matan Torah.
Part of Shavuot
Before Matan Torah, Hashem tells the Yidden that they will become 'v'heyisem li segula' — a beloved treasure, like the gems a king hides away rather than displays. The question is why compare the Yidden to treasures no one sees and that bring the king no outward benefit, rather than to a crown jewel that adds to his visible honor. The answer is that a king's private treasures give him pleasure simply because they exist, with no outside purpose attached, and so too a Yid's essential bond with Hashem, sealed at Matan Torah through a neshama that is a cheilek Elokah mimaal mamash, is loved for its own sake, independent of the mitzvos he goes on to perform.
Audio Transcript
א ווארט פון רבי'ן וועגן דעם יום טוב שבועות. שבועות איז ווען מיר פייערן מתן תורה, מיר געדענקען מתן תורה. איידער דער אויבערשטער האט געגעבן די יידן די תורה, האט ער איבערגעגעבן צו די יידן אז דורך מתן תורה וועט זיין והייתם לי סגולה, איר וועט זיין, די יידן וועלן זיין צום אויבערשטן א סגולה. וואס מיינט א סגולה? זאגט רש\"י אזוי: סגולה מיינט אוצר חביב, א אוצר וואס איז באליבט, כמו סגולת מלכים, ווי ס'איז דא די סגולה, דער אוצר וואס איז דא ביי די מלכים. און רש\"י טייטשט אויס, דאס מיינט, כלי יקר ואבנים טובות, זייער א טייערע כלי און גוטע שטיינער, דאס הייסט אבנים טובות ומרגליות, דיאמאנטן און אזעלכע זאכן, שהמלכים גונזים אותם, וואס די מלכים באהאלטן דאס. כך אתם תהיו לי סגולה, וועט איר אויך זיין צו מיר אזוי סגולה, אז מיר וועלן זיין אזוי באליבט ביים אויבערשטן ווי די טייערע זאכן וואס דער קיסר באהאלט אין זיין אוצר.
פרעגט דער רבי, פאר וואס זענען די יידן צוגעגליכן צו אזעלכע זאכן וואס דער קיסר, דער מלך באהאלט אין זיין אוצר, וואס קיינער האט נישט קיין תועלת פון דעם, ס'ליגט אין אוצר און דאס איז דאס? פאר וואס זענען מיר נישט צוגעגליכן צו אבן, א אבן טוב וואס איז דא אין דעם כתר המלך, אין דעם קרוין פון מלך, וואס דאס אלע זעען און דאס מאכט דעם קיסר שענער און בעסער, ס'גיט כבוד, וכולו וכולו? פאר וואס פארגלייכט דער אויבערשטער די יידן צו אבנים טובות וואס זיינען באהאלטן אין אוצר, וואס קיינער, לכאורה האט קיינער נישט פון דעם קיין תועלת? און דער רבי
ענטפערט: פונקט פארקערט. די אבנים טובות וואס זיינען דא אין כתר המלך אדער אין אזעלכע ערטער וכדומה, זיי פירן אויס א מטרה וואס איז א חיציוניות'דיקע, א אויסערלעכע זאך. דאס מאכט דעם מלך שענער און גיט מער כבוד אין די אויגן פון מענטשן, ווי דער פסוק זאגט, מלך ביופיו תחזינה עיניך, אז מען דארף זען דעם מלך ווי ער שטייט אין א שיינעם אופן. דאס מאכט דעם מלך שענער אין די אויגן פון מענטשן. ס'איז נישט נוגע צו דעם עצם המלך, צו דעם מלך אליין, דאס איז נוגע ווי דער מלך ווערט געזען דורך, געזען ביי אנדערע, דאס איז א חיציוניות'דיקע זאך. אבער די אבנים טובות וואס געפינען זיך אין דעם אוצר המלך וואס ס'איז באהאלטן, קיינער זעט נישט, און דער מלך האט תענוג וויסנדיק אז ס'איז דא אזא אוצר, דאס איז נישט קיין זאך וואס איז דא וואס איז א חיציוניות'דיקע זאך פאר מלך, ס'ברענגט חיציוניות'דיקע מטרה, נאר דאס איז א זאך וואס איז פארבונדן מיט דעם עצם המלך. דער מלך אליין פילט גוט און האט תענוג פון דעם וואס ער האט אזא זאך. זאגט דער אויבערשטער, א דערפאר וועט איר זיין צו מיר ווי די סגולה, ווי די טייערע זאכן און די אבנים טובות וואס די מלכים באהאלטן.
דאס הייסט אז יידן זיינען באליבט ביים אויבערשטן נישט ווייל ער דאס ברענגט ארויס א געוויסע מטרה. אוודאי דאס האט אין דעם המשך, דארט די אלע גרויסע זאכן, א ייד טוט תורה ומצוות און אלע גוטע זאכן, אבער ווען דער אויבערשטער האט געמאכט מתן תורה, האבן די יידן זיינען געווארן פארבונדן מיט דעם עצם פון דעם אויבערשטן. דער עצם מציאות אז ער איז א ייד, דאס אליין גיט תענוג דעם אויבערשטן. אזוי ווי דער מלך האט תענוג פון דעם וואס ער האט די אוצרות וואס קיינער זעט נישט און קיינער, ס'איז נישט נוגע צו קיינעם, דער עצם מציאות גיט תענוג. אזוי איז יידן ביי דעם אויבערשטן, אז דער אויבערשטער האט תענוג פון דעם עצם מציאות וואס א ייד איז א ייד. פארשטייט זיך ס'איז דא אן אנדער תענוג, אין ענינים אויך דער אויבערשטער האט תענוג אז מען טוט תורה ומצוות און דאס וויל ער, וכולו וכולו, אבער ס'איז דא א נקודה טיפער פון דעם: א ייד ווייל ער איז א ייד, ער האט א נשמה. און דאס איז געשען ביי מתן תורה. שטייט אין שולחן ערוך, דאס הייסט דער מגן אברהם און דער אלטער רבי ברענגט אין שולחן ערוך, זאגט, בשעת מען זאגט אין דאווענען פאר קריאת שמע ובנו בחרת מכל עם ולשון, אז דער אויבערשטער האט אונז אויסגעקליבן, זאגט ער, דאס גייט אויף מתן תורה. ביי מתן תורה האט דער אויבערשטער אונז אויסגעקליבן, און אויסגעקליבן נישט נאר אז מיר זאלן זיין אזא פאלק וואס ער גיט אונז תורה ומצוות, ער האט אונז אויסגעקליבן אלס א ספעציעלע מציאות, ווייל דאס איז זיין מציאות. דאס גיט דעם אויבערשטן נחת, דאס וואס מיר זיינען יידן. און דאס איז פארבונדן ווייל יעדער ייד האט א נשמה, און ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא אז א נשמה איז א חלק אלוק ממעל ממש, א נשמה איז א חלק פון דעם אויבערשטן ממש, א חלק פון דעם אויבערשטן. דאס הייסט אז אונזער מציאות מיט דעם אויבערשטן גייען צוזאמען, זיינען איינע. אזוי ווי שטייט א פסוק אז דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה, עשה לך שתי חצוצרות כסף, אז ער זאל מאכן צוויי חצוצרות וואס מען בלאזט, זאגט דער מעזריטשער מגיד: חצוצרות איז געמאכט געווארן פון צוויי ווערטער, חצאי צורות. יידן מיט דעם אויבערשטן זיינען צוויי האלבע צורות, צוזאמען ווערט איין מציאות. דאס הייסט אז די מציאות פון יידן מיט דעם אויבערשטן זענען איין מציאות. און דאס איז איינע פון די סברות וואס שטייט וועגן מחצית השקל, פאר וואס האט דער אויבערשטער געהייסן געבן א האלבן שקל? לכאורה בכלל ווען ס'קומט צו קרבנות, צו די זאכן, דארף מען געבן א גאנצע זאך. ווייל דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן פילן א האלבע זאך און די אנדערע האלבע איז דער אויבערשטער. צוזאמען ווערן מיר איין מציאות. און דאס איז דער ענין פון והייתם לי סגולה, אז מיר זאלן זיין אזוי ווי די אבנים טובות וואס דער מלך באהאלט, און איז משתעשע, און האט תענוג פון דער עצם מציאות, דער אויבערשטער האט תענוג פון דער עצם מציאות פון א איד.