Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
BEREISHIT

Parshas Mikeitz

Why Yaakov's sons made themselves look fully stocked with food in front of Eisav and Yishmael's families, even though their grain wouldn't last.

Part of Bereishit

Yaakov's instruction not to show off before the neighboring families masks a subtler point in Rashi: the brothers really did have food at that moment, yet projected an image of having enough for the long term. That projection came from genuine bitachon that Hashem would keep providing — a trust every Yid is meant to carry even while doing what hishtadlus requires.

Audio Transcript
Yaakov's Instruction Not to Show Off Before Eisav and Yishmael

א ווארט פון Rebbe אויף היינטיגע פרשה, Parshas Mikeitz. Parshas Mikeitz לערנען מיר אז ס'איז געווען א הונגער די גאנצע וועלט. אבער אין Mitzrayim איז געווען, ווייל Yosef האט צוזאמגעקליבן און אוועקגעלייגט די עסן אויף די יארן פון הונגער. שטייט אין פסוק, וירא יעקב כי יש שבר במצרים, יעקב אבינו האט געזען אז ס'איז דא וואס עסן, אין פשט אין Rashi ס'איז דא עסן אין מצרים, האט ער געזאגט, ויאמר יעקב לבניו, יעקב האט געזאגט צו די קינדער, למה תתראו? פארוואס זאלט איר זיך באווייזן? זאגט Rashi, וואס מיינט דאס? למה תראו עצמכם בפני בני ישמעאל ובני עשו כאילו אתם שבעים. פארוואס ווייזט איר ארויס פאר די בני ישמעאל, די בני עשו כאילו, אזוי ווי איר וואלט געווען פול? Rashi לייגט צו, כי באותה שעה עדיין היה להם תבואה, ווייל יענע צייט האבן זיי נאך געהאט תבואה. פון Rashi קומט אויס אז לפועל האבן זיי נישט געהאט, ווייל Rashi זאגט זיי האבן זיך געמאכט כאילו אתם שבעים, געמאכט כאילו ווי זיי האבן גענוג. דאס הייסט אז זיי האבן געוויזן כאילו זיי האבן גענוג, אבער לפועל האבן זיי נישט געהאט גענוג. אבער שפעטער זאגט Rashi זיי האבן יא געהאט גענוג, כי באותה שעה עדיין היה להם תבואה, זיי האבן יא געהאט נאך אלץ תבואה. איז דאך נישט כאילו שבעים, זיינען זיי געווען טאקע שבעים! לכאורה, אויבנאויפיק דאס איז א סתירה אין Rashi.

The Bitachon Behind Appearing Full When They Weren't

זאגט דער רבי, דער פשט איז אזוי: זיי האבן געהאט גענוג, אבער נאר אויף יעצט, באותה שעה, אבער אויף ווייטער האבן זיי טאקע נישט געהאט. און דעריבער האבן זיי געוויזן כאילו ווי זיי האבן אויף שפעטער אויך. דאס הייסט, אויף זיי איז נישט געווען קענטיק, זיי האבן געוויזן אז זיי האבן כאילו זיי האבן א סך עסן אויף שפעטער. so ווען Rashi זאגט כאילו אתם שבעים, מיינט אז כאילו איר זייט פול פאר א לאנגע צייט, אזוי האבן זיי געוויזן. הגם לפועל האבן זיי געהאט נאר באותה שעה, נאר גענוג פאר יענע צייט. פארוואס האבן זיי טאקע אזוי ארויסגעוויזן כאילו ווי זיי האבן אויף שפעטער? דאס איז ווייל זיי האבן געהאט דער אמת'ער bitachon. זיי האבן געהאט bitachon אז דער אייבערשטער וועט זיי געבן. און ביי זיי איז געווען אן אויסגעלייגטע אמת אז ס'איז נישטא וואס, נישטא וואס צו דאגה'נען. הגם לפועל האבן זיי נאר פאר יעצט, אבער דער אמת'ער bitachon איז, אז מ'פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן אז ער וועט זיי נישט פארלאזן און ער וועט זיי געבן די גאנצע צייט, און זיי האבן געפילט טאקע אזוי. און דאס מיינט Rashi צו זאגן: זיי האבן געוויזן פאר בני ישמעאל, בני עשו כאילו אתם שבעים. און זיי האבן טאקע געמיינט אז זיי זענען טאקע שבעים. לפועל אבער האבן זיי געוויזן א זאך וואס איז נישט, אבער פארוואס איז דאס? ווייל זיי האבן געהאט bitachon. לפועל האבן זיי נישט געהאט, ווייל באותה שעה, נאר באותה שעה האבן זיי געהאט, אבער נישט אויף שפעטער. און פון דעם איז די הוראה: א איד דארף צו וויסן אז ער אלעמאל דארף זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן. אפילו אז ער האט נאר זאכן אויף יעצט און וואס וועט זיין מארגן ווייסט ער נישט, טאר ער נישט דאגה'נען פן יחסר לחמי, אפשר וועל איך נישט האבן מארגן וואס צו עסן, נאר מ'דארף האבן דער bitachon בטחון אין אייבערשטן. און פונקט ווי די שבטים האבן געהאט bitachon, און לפועל טאקע האבן זיי געהאט עסן די גאנצע צייט, א יעדער איד אז ער האט bitachon, וועט דער אייבערשטער טאקע העלפן. אז הגם ער זעט נישט יעצט ווי אזוי, וממילא דארף ער טאן אלץ כדרך הטבע ווי אזוי ער זאל קריגן, אבער פון דעסטוועגן דארף ער בשעת מעשה זיין זיכער אז דער אייבערשטער וועט אים געבן אלץ וואס ער דארף.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00