Parshas Mikeitz
Why the brothers' denial that they stole Yosef's cup — 'chalilah lecha me'asos' — reveals that a Yid has no such thing as the purely mundane.
Part of Bereishit
Rashi's gloss that cholin hu lanu is a lashon ganai opens into a broader idea: even the ordinary, unglamorous parts of life — eating, working, everyday activity — are never meant to remain simply chol. Framed by pesukim like bechol derachecha da'eihu and kol ma'asecha yihyu leshem Shamayim, the brothers' outrage becomes a statement that nothing in a Yid's life is exempt from serving Hashem, which is exactly why stealing would be unthinkable.
Audio Transcript
א ווארט פונעם רבין אויף פרשת מקץ. אין סוף פרשת מקץ רעדט זיך ווען די שבטים זענען אוועקגעפארן פון מצרים, האט Yosef געהייסן אז מען זאל אריינלייגן זיין בעכער אין דעם זאק פון Binyamin. נאך זיי זענען געגאנגען, האט ער געהייסן זיי נאכלויפן, און מען האט זיי געכאפט, און מען האט געפונען דעם בעכער, און מען האט געטענהט אז Binyamin האט דאס געגנבעט, און מען האט זיי געבראכט צוריק צו יוסף'ן Yosef מצרים. אז זיי זענען געקומען צוריק, האט Yosef זיי געזאגט: ווי טוט איר אזא זאך, גנבענען מיין בעכער? זאגט דער פסוק: ויאמרו אליו, זיי האבן געזאגט צו Yosef, למה ידבר אדני כדברים האלה, פארוואס רעדסטו אזעלכע זאכן? חלילה לעבדיך מעשות כדבר הזה, ס'איז אפגעפרעגט פאר אונז צו טאן אזא זאך. און Rashi זאגט אויף די ווערטער חלילה לעבדיך, זאגט Rashi דאס מיינט חולין הוא לנו, ס'איז חול, חול מיינט וואכעדיק פאר אונז, לשון גנאי, ס'איז א לשון פון גנאי, א פארשעמטע לשון.
טייטשט דער רבי דעם פשט דא, וואס זיי האבן געמיינט צו זאגן אין א טיפערן פשט איז, מען ווייסט אז ס'איז דא צוויי ענינים, ס'איז דא דעם ענין פון קדושה און ענין פון חול. קדושה איז הייליקייט, Torah, mitzvot, די אלע ענינים, דאס איז קדושה, הייליק. און דערנאך איז דא די וואכעדיקע זאכן: עסן, טרינקען, טאן business, וכדומה, אזעלכע זאכן, דאס איז וואכעדיקע זאכן. ביי א ייד אבער איז נישטא אזא זאך ווי חול. אפילו די וואכעדיקע זאכן וואס א ייד טוט, איז אויך הייליק. שטייט אין פסוק אין משלי: בכל דרכיך דעהו, אין אלע דיינע וועגן זאלסטו דערקענען דעם אויבערשטן. דאס הייסט אפילו דיינע וועגן מיינט אזא זאך וואס א מענטש טוט נישט אלס א זאך פון דעם אויבערשטן ווי א mitzvah, ווי לערנען Torah. די אייגענע זאכן וואס מען טוט, די וועלטלעכע זאכן וואס מען טוט, דאס עסן און דאס טרינקען וכדומה, איז אויך דארף מען דארטן זען דעם אויבערשטן. ווי שטייט אין Pirkei Avot: כל מעשיך יהיו לשם שמים, אז אלץ וואס מען טוט, מעשיך, דיינע זאכן, אזא זאך וואס א מענטש טוט די אייגענע זאכן, נישט זאכן פאר דעם אויבערשטן, דארף אויך זיין לשם שמים, פאר דעם אויבערשטן. דאס הייסט ביי א ייד טאר נישט זיין דעם ענין פון חול. ס'איז דא אן אויסדרוק אין Gemara, ס'איז דא א מציאות פון חולין שנעשו על טהרת הקודש. איז פאראן דער פשוטער פשט אין דעם, אבער דער טיפערער פשט איז, אז מען קען טאן ענינים של חול, וואכעדיקע זאכן, נישט קיין הייליקע זאכן, אבער ס'איז ווערט געטאן מיט די טהרה פון קודש, פון הייליקייט. דאס הייסט דאס אליין ווערט א חלק פון עבודת השם, דאס איז אן ענין פון הייליקייט. איז ביי א ייד איז נישטא קיין באמת ענין פון חול אליין, ס'טאר נישט זיין. און דאס האבן זיי געזאגט צו Yosef: חלילה לעבדיך, חולין הוא לנו, לשון גנאי. חול איז א לשון גנאי! זאגן אז ס'איז דא אן ענין פון חול ביי אונז, דאס איז א גנאי! ווי קען מען זאגן ביי א ייד איז דא אן ענין פון חול? איז מה דאך אז אויב אפילו ענינים של חול, וואס נישט קיין איסור, נישט קיין עבירה, איז ביי אונז נישטא אזא מציאות, ס'איז אלץ פארבונדן מיטן אויבערשטן, ווי קען זיין מיר זאלן גנבענען? דאס איז דער טיפערער פשט וואס ליגט אין די ווערטער אין Rashi, וואס זיי האבן געזאגט צו Yosef, חלילה לעבדיך, האבן זיי אים געזאגט, חולין הוא לנו, לשון גנאי, דאס איז א חול פאר אונז, אויב ס'איז א חול, אפילו אזא זאך וואס איז נאר חול איז אויך א לשון גנאי, ממילא אוודאי מיר האבן נישט געגנבעט. וואס די הוראה וואס מען נעמט דא פאר יעדן איינעם איז, אז א ייד דארף וויסן, באמת איז נישטא קיין זאך של חול. אזא זאך פון חול זאל בלייבן חול, דאס איז א לשון גנאי. ביי א ייד איז אפילו די חול'דיקע זאכן דארף זיין אן ענין של קודש, חולין שנעשו על טהרת הקודש, אז ס'זאל נישט זיין קיין חול פאר זיך אליין, נאר אפילו די חול זאל זיין הייליק.