Parshas Vayechi
Yosef comforts his frightened brothers not by hiding that they meant him harm, but by naming it — turning intended evil itself into good is a deeper consolation than if none of it had happened.
Part of Bereishit
Explores why Yosef, trying to calm his brothers' fear of retribution, pointedly reminds them that they meant him harm instead of simply saying it turned out well. Develops the answer that this invokes the concept of ithapcha chashucha l'nehora — transforming darkness into light — a higher madregah than plain good from the start, tied to the Tanya's mashal of bitter foods turned sweet. Closes with the principle that a baal teshuvah's level exceeds even a perfect tzaddik's, because only he has undergone that transformation.
Audio Transcript
א ווארט פון Rebbe אויף היינטיגע פרשה, Parshas Vayechi. צום סוף Parshas Vayechi לערנט מען ווי נאכדעם וואס Yaakov איז נסתלק געווארן, מען האט אים באגראבן, זענען די ברידער, די שבטים, זענען געווען פארדאגה'עט: ווער ווייסט וואס Yosef וועט טאן? יעצט ער וועט אפשר נעמען נקמה. האבן זיי געשיקט שלוחים, אים איבערבעטן, אליין געקומען. האט Yosef זיי געענטפערט: אל תיראו, האט נישט קיין מורא, כי התחת אלקים אני? וואס בין איך, אנשטאט דעם אייבערשטן? ואתם חשבתם עלי רעה, אלקים חשבה לטובה. איר האט געטראכט שלעכטס אויף מיר, אבער דער אייבערשטער האט געטראכט פון דעם וועגן גוטס, כדי מען זאל קענען להחיות עם רב, אז דורך דעם איז געווען אז מען קען באלעבן, געבן לעבן צו א סך מענטשן, צו דער, צו עם רב.
פרעגט דער Rebbe א שאלה: בשעת Yosef האט זיי דאס געזאגט, האט ער געמיינט זיי מנחם זיין. זיי זענען געווען פארדאגה'עט, האט ער זיי געזאגט: האט נישט וואס צו דאגה'ען, ער האט געוואלט זיי מאכן פילן גוט. יא, פאר וואס טאקע דארף דערמאנען ואתם חשבתם עלי רעה? איר האט טאקע געמיינט שלעכט, אבער דער אייבערשטער האט געמיינט גוט. ער האט נישט געדארפט דערמאנען איר האט געמיינט שלעכט, וואס דארף דאס דערמאנען? ער קען זאגן סתם: האט נישט קיין מורא, אל תיראו, כי התחת אלקים אני, וואס בין איך, אנשטאט דעם אייבערשטן? Elokim חשבה לטובה, דער אייבערשטער האט געהאט אין זינען גוטס פון דעם, למען עשה כיום הזה להחיות עם רב. וואס האט ער געדארפט דערמאנען ואתם חשבתם עלי רעה, אז הגם איר האט געמיינט שלעכט, אבער דער אייבערשטער האט געמיינט גוט? וואס טויג געדארפט בכלל דאס דערמאנען אויב ער וויל זיי מנחם זיין?
זאגט דער Rebbe, אז וואס ער האט געוואלט זיי ווייזן איז אז וואס געשען דא איז, אז ס'איז געשען אתהפכא חשוכא לנהורא. א שלעכטע זאך איז געביטן געווארן אז דאס אליין איז געווארן גוט. שטייט אין Tanya אז ס'איז דא צוויי אופנים פון, א משל, צוויי אופנים פון עסן. ס'איז דא עסן וואס איז איין געשמאק, לכתחילה גוט. און נאך איז דא עסן וואס זענען שארף און ביטער, און מען לייגט צו געוויסע זאכן, ווערט דאס געשמאק. וואס איז געשמאקער ווי א זאך וואס איז לכתחילה געשמאק, עסן וואס איז לכתחילה געשמאק. דאס הייסט, ס'איז דא די מעלה אין אתהפכא חשוכא לנהורא. אז ס'איז גוט לכתחילה איז פיין, אבער אז מען נעמט א זאך וואס איז שלעכט און מען בייט עס איבער, מהפך אויף גוט, דאס איז א העכערע מדריגה. דאס האט ער זיי געזאגט. ער האט זיי געזאגט אז ס'איז נישט סתם וואס ס'איז א גוטע זאך, האט נישט וואס צו דאגה'ען, ס'איז א גוטע זאך וואס איז געשען. דאס איז א גדר פון אתהפכא חשוכא לנהורא. דאס וואס ואתם חשבתם עלי רעה, איר האט טאקע געמיינט שלעכט, און די שלעכטע מחשבה האט זיך געביטן, אתהפכא חשוכא לנהורא, אז ס'איז געווארן גוט. און דער Rebbe טייטשט אז בשעת ער האט זיי געזאגט: ואתם חשבתם עלי רעה אלקים חשבה לטובה, איר האט געטראכט שלעכט, אבער דער אייבערשטער האט געהאט חשבה, ער האט דאס געטראכט פאר גוט. וואס איז דאס? די שלעכטס! די שלעכטס וואס איר האט געהאט, האט דער אייבערשטער דאס געמאכט זאל זיין גוט. דאס הייסט ס'איז געווען דער ענין פון אתהפכא חשוכא לנהורא. און דערפאר האט ער גענוצט דעם לשון כדי זיי מנחם זיין אפילו טיפער, נישט נאר אז ס'איז לפועל א גוטע זאך, דאס איז מיט וואס זיי האבן געטראכט איז נתהפך געווארן לטובה, ווי דער ענין פון אתהפכא, וואס דאס איז א גרעסערע מדריגה ווי דער ענין פון אפילו פון אתכפיא, פון אלע מדריגות. און בעצם דאס איז דער ענין פון teshuvah, דאס וואס ער זאגט אין Tanya אויף דעם משל. ס'איז דער ענין פון teshuvah. Teshuvah נעמט מען א שלעכטע זאך און מען מאכט דאס גוט, ווערט דאס גרעסער. וואס דאס איז דער פשט במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד, אז בעלי תשובה זענען העכער. פאר וואס? ווייל ביי זיי איז דא דער ענין פון אתהפכא, ס'איז א העכערע מדריגה. און דאס האט Yosef געזאגט צו די ברידער: ס'איז די רע וואס איר האט געטראכט איז נתהפך געווארן, איז דורך אייך געקומען דער ענין פון אתהפכא חשוכא לנהורא. און דאס איז די הוראה פאר אונז אויכעט, די מעלה פון דער ענין פון תשובה, פון אתהפכא חשוכא לנהורא, אז מען בייט איבער א זאך וואס איז נישט גוט, מען מאכט דאס גוט, איז דאס א העכערע מדריגה און דאס איז די מעלה פון תשובה.