Parshas Vayechi
The names Yosef gave his two sons in Mitzrayim map out the two stages of surviving galus: first not forgetting who you are, then actually growing because of it.
Part of Bereishit
Asks why Yaakov placed his right hand on Efraim as the greater son when Menashe, whose name means that Hashem made him forget his hardship, was born first and would seem the primary one. Traces the names' meanings — Menashe's not forgetting one's roots despite Mitzrayim's pull, and Efraim's growing and multiplying specifically in the land of his affliction — to a two-stage order of avodah: first refusing to be swept up by galus, then actually rising higher because of it. Frames Yaakov and Yosef's disagreement over which son to emphasize as a debate over which stage is the ultimate purpose of galus itself.
Audio Transcript
א ווארט פון רבי'ן אויף היינטיגע פרשה, פרשת ויחי. ווי מיר לערנען אז יעקב האט געגעבן א ברכה צו די צוויי קינדער פון יוסף, אפרים ומנשה. און יעקב האט ארויפגעלייגט זיין רעכטע האנט אויף אפרים, און יוסף האט אים געזאגט אז מנשה איז דאך דער בכור, דארף זיין די רעכטע האנט אויף מנשה. האט אים יעקב געענטפערט אז מנשה איז טאקע גרויס, אבער אחיו הקטן יגדל ממנו, דער אינגערער ברודער אפרים וועט זיין גרעסער. דארף מען פארשטיין אז מיר ווייסן דאך אז די ווי ס'איז געווען ביי די אבות און די שבטים און די אלע די סארט מענטשן, איז יעדער זאך וואס ס'איז געשען צו זיי אין גשמיות איז דאס א שפיגל פון ווי זייער מדרגה איז אין רוחניות. וויבאלד לויט יעקב איז אפרים אין א העכערע מדרגה, פארוואס טאקע בפועל בגשמיות איז מנשה געבוירן געווארן פריער? בכור, דער ערשטער ווייזט דאך אז דאס איז דער עיקר. איז פארוואס טאקע מנשה געבוירן געווארן דער ערשטער? איז דער רבי מסביר אז כדי צו פארשטיין בכלל וואס ס'איז דא געווען די גאנצע שקלא וטריא צווישן יעקב און יוסף, קען מען זען פון די נעמען פארוואס מנשה האט געהייסן מנשה, פארוואס אפרים האט געהייסן אפרים.
אין חומש שטייט אויף פארוואס יוסף האט געגעבן א נאמען זיין ערשטן זון מנשה, שטייט: כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי. נשני מיינט פארגעסן. דער אייבערשטער האט מיר געמאכט פארגעסן מיין גאנצע ארבעט און מיין גאנץ בית אבי, דעם טאטנ'ס שטוב. האט ער דערפאר אים געגעבן א נאמען מנשה פון לשון נשני. און אפרים האט ער געגעבן א נאמען אפרים מצד כי הפרני אלקים בארץ עניי, ווייל דער אייבערשטער האט מיך געמאכט איך זאל וואקסן, זיך פארמערן. אפרים איז לשון הפרני, פארמערן, ווערן מער, גיין אין א העכערע מדרגה בארץ עניי, אין דאס לאנד פון מיינע שוועריקייטן, דאס לאנד פון מיין האראוואניע. לכאורה, ווי קומט דאס אז יוסף זאל געבן א נאמען זיין זון מנשה, וואס מיינט אז ער פארגעסט אויף בית אבי, וואס איז דא די מעלה? ער איז געווען צופרידן וואס ער האט פארגעסן אויף בית אבי, וואס ער האט געגעבן זיין זון אזא נאמען? דער רבי איז מסביר ס'איז פונקט פארקערט. וואס ער האט געמיינט ביים געבן דעם נאמען איז, ער זאל אלעמאל געדענקען אז איך געפין זיך אין אזא ארט וואס מען קען פארגעסן אויף בית אבי. יעדער מאל וואס ער האט אנגערופן מנשה ביים נאמען, וואס דאס האט געמיינט נשני אלקים את בית אבי, מיינט נישט צו זאגן אז ס'איז גוט, איך האב פארגעסן. יעדער מאל האט עס אים דערמאנט אז דו ביסט אין אן ארט וואו מען קען פארגעסן, געדענק פארגעס נישט! זאלסט ממשיך זיין וואס ס'איז דא אין בית אבי.
לפי זה קומט אויס אז די צוויי ענינים אין מנשה און אפרים ווייזן אויף דעם סדר העבודה. נשני אלקים, דאס הייסט דאס ווארט מנשה מיינט נישט צו פארגעסן אויף בית אבי, נישט קאליע ווערן, נישט ווערן באאיינדרוקט פונעם גלות פון מצרים. אפרים באווייזט אז נישט נאר מען ווערט נישט באאיינדרוקט פונעם גלות מצרים, נאר מען וואקסט אין דעם גלות, ווערט נאך בעסער, הפרני אלקים בארץ עניי. קומט אויס אז אין סדר העבודה קומט פריער מנשה, ווייל די ערשטע זאך איז מען טאר נישט פארגעסן אויף דעם שורש, מען דארף נישט פארגעסן וואס מען דארף צו זיין, מען דארף נישט פארגעסן אויף בית אבי. און דער צווייטע זאך איז, דאס איז אז מען קען וואקסן אין גלות גופא. נישט נאר מען ווערט נישט פארדארבן אין גלות, נאר מען קען וואקסן אין רוחניות אין גלות גופא. און דערפאר איז טאקע מנשה געבוירן געווארן פריער, ווייל אין דרך העבודה, אין סדר העבודה קומט וואס מנשה וואס מנשה מיינט קומט פריער. פריער איז נישט פארגעסן, נישט ווערן באאיינפלוסט פונעם גלות. דערנאך קען מען קומען צו א העכערע דרגה, נישט נאר דאס, אז מיר זענען אין גלות מיט אלע שוועריקייטן, און מען קומט ביי אלע שוועריקייטן, וואקסט מען נאך העכער. דערפאר איז דער מנשה געווען דער בכור און דער אפרים דער צווייטער. און דאס איז געווען די שקלא וטריא צווישן יעקב און יוסף. יעקב האט געקוועטשט די נקודה, געלייגט הדגשה אויף די נקודה, אויף דעם סוף: דער תכלית איז מען זאל קומען צו די צווייטע מדרגה. דער תכלית פון גלות איז נישט נאר מען זאל נישט ווערן באאיינפלוסט פון גלות און קאליע ווערן פון גלות, נאר כדי מיר זאלן נאך וואקסן העכער און בעסער אין גלות. און דאס האט יעקב געקוועטשט, אז דער עיקר איז אפרים. יוסף אבער האט געזאגט: אין הכי נמי אז דאס איז דער תכלית, אבער מען קען נאך נישט אנקומען צו דעם תכלית סיידן פריער פארגעסט מען נישט אויף וואס ס'איז געווען פריער, מען ווערט נישט ערגער ווי פריער. דערפאר האט יוסף געקוועטשט אז דער עיקר איז דא דער מנשה, און יעקב האט געקוועטשט דער עיקר איז אפרים. און דאס איז א הוראה פאר אלעמען וואס זענען אין גלות, פאר אונז אלע, אז מען דארף טאן ביידע זאכן. די ערשטע זאך דארף זיין מנשה: כי נשני אלקים את כל עמלי ואת בית אבי. דאס הייסט אז די ערשטע זאך דארף מען וויסן אז מען זאל נישט נפעל ווערן וואס מיר זענען אין גלות מיט די גאנצע ארומיקייט אלץ, און מען זאל נישט קאליע ווערן, חס ושלום, מען זאל נישט ווערן ערגער. און נאכדעם איז פאראן וואס יעדער איינער דארף פרואוון און גיין אויף דעם דרך, אויף נישט נאר נישט נפעל ווערן פונעם גלות, נאר אז דער גלות אליין זאל מאכן די וואקסונג נאך העכער. נאך אלע שוועריקייטן, זאל מען איבערקומען אלע שוועריקייטן, יעמאלט ווערט מען נאך העכער. דאס איז די צווייטע דרגה, דאס איז די תכלית פון גלות.