Parshas Vayeishev
Why Yosef, sitting in his own prison cell, still noticed and asked about two troubled ministers.
Part of Bereishit
Already stripped from his father's house, sold, and imprisoned, Yosef had every reason to be absorbed in his own troubles — yet on seeing Pharaoh's two ministers looking downcast, he asked what was wrong and offered to help. That single act of attentiveness set off the chain of events, interpreting their dreams and eventually being remembered to Pharaoh, that made him viceroy of Mitzrayim. The lesson is that genuine concern for someone else's difficulty, even while carrying your own, is itself what brings a person Hashem's help and blessing.
Audio Transcript
א ווארט פון רבין אויף היינטיגע פרשה, פרשת וישב. פרשת, סוף פרשת וישב לערנען מיר אז יוסף איז געווען אין תפיסה. נאכדעם האט מען אריינגעלייגט אין תפיסה די צוויי שרים פון פרעה, שר המשקים ושר האופים. און שטייט אז איין טאג יוסף געזען ואינם זועפים, ער זעט זיי זענען זייער פארדאגט, ער זעט אויף זייער פנים, און ער האט זיי געפרעגט: מדוע פניכם רעים היום? פאר וואס איז אייער פנים שלעכט היינט? וואס מיינט, פאר וואס זייט עץ פארדאגט? וואס... כלו נאמר, וואס איז דער פראבלעם? און כאילו ער האט געוואלט זאגן: קען איך אייך אפשר עפעס העלפן? דאס הייסט, ער האט געפרעגט צו ער קען זיי העלפן. שטעלט זיך א שאלה, פרעגט דער רבי: יוסף'ס מצב אליין איז געווען א שווערער מצב, מיט דעם צוגענומען פון דער שטוב פון טאטן, פארקויפט אין מצרים, נאכדעם אריינגעלייגט אין תפיסה. דארף מען זיך פארשטעלן ער איז אליין געווען פארדאגט, ער אליין איז געווען נישט צופרידן. כל שכן אז ער איז געווען עפעס ברוגז אויף די שרים פון פרעה, ווייל די גאנצע זאך קומט דאך פון דעם וואס די שרים פון פרעה האט מען אריינגעלייגט אין תפיסה. א מענטש אין אזא מצב פארשטייט זיך אז ער וואלט זיך נישט אינטערעסירט וואס טוט זיך ביי די אנדערע שרי פרעה. איז אז ער האט געזען ווי זיי זענען פארדאגט, האט אים, וואס האט אים bothered? וואס דאס, וואס האט אים געארט אז זיי פארדאגט, פאר וואס האט ער געדארפט זיי פרעגן? לכאורה וואלט ער... זאלן זיי זיין פארדאגט! ער האט אייגענע פראבלעמען, זאל נאך דאגן פאר זייערע פראבלעמען, ובפרט אז זיי זענען פארבונדן מיט פרעה, וואס דאס איז דאך די סיבה וואס מען האט אים אריינגעלייגט אין תפיסה. פונדעסטוועגן איז דאס נישט געווען אזוי. ער האט געזען אז זיי זענען פארדאגט, האט ער זיי געפרעגט און זיי געוואלט העלפן. און וואס איז געווען דער סוף? ער האט זיי טאקע געהאלפן. און נישט נאר אז ער האט זיי געהאלפן, נאר דורך דעם איז ער געהאלפן געווארן. דורך דעם וואס ער האט זיי געפרעגט דאס, האבן זיי אים דערציילט דעם חלום, און דערפאר, ער איז פותר חלום געווען, און דערפאר האט ער געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים דערמאנען צו פרעה, און דאס האט געמאכט אז אין דרך הטבע אז ער איז געווארן דער משנה למלך צו פרעה.
זאגט דער רבי: פון דעם האט מען א הוראה. די הוראה איז אז מ'דארף זיך אינטערעסירן אין א צווייטנס מצב. אויב מען זעט אז דער צווייטער, וואס זיין מצב, מען זעט אויף אים אז ס'איז נישט אזוי בסדר, דארף מען זיך אינטערעסירן און זען וואס מען קען טאן אים צו העלפן. הגם ער אליין קען אמאל זיין אז ער איז אין א שווערן מצב, אבער אויב מען פילט אז מען קען העלפן א צווייטן, דארף מען זיך אלעמאל אינטערעסירן אין א צווייטן. און פונקט ווי דארטן זעט מען אז דורך דעם איז ער אליין געהאלפן געווארן, אז דורך דעם איז ער געווארן דער משנה למלך פון מצרים, אזוי ביי יעדער ייד וואס אינטערעסירט זיך אין א צווייטן און העלפט א צווייטן, איז דאס ברענגט אז דער אויבערשטער העלפט אים און ער ווערט געבענטשט מיט אלע גוטע זאכן.