Parshas Vayeishev
Why Mashiach descends from Peretz, the twin linked to the moon, rather than Zerach, linked to the ever-shining sun.
Part of Bereishit
Zerach pushed his hand out first and was marked with a thread, but Peretz broke through to be born first — and Chazal identify Peretz, not the sun-linked Zerach, as the ancestor of Mashiach. Chassidus reads the sun and moon as two modes of avodas Hashem: the tzaddik's constant, unbroken light and the baal teshuvah's climb back up from a fall, and explains that the level a baal teshuvah reaches is one a complete tzaddik cannot stand in. Since Mashiach's arrival is bound up with universal teshuvah, Peretz's breaking-through fittingly leads the way — and the Rebbe adds that even a tzaddik who never sinned can share in that higher madreigah by helping another Yid do teshuvah.
Audio Transcript
א ווארט פון רבי'ן אויף פרשת וישב. אין פרשת וישב לערנט מען, אז יהודה האט געהאט א צווילינג, איינער געהייסן פרץ, איינער געהייסן זרח. און ווי די תורה דערציילט, א פריער האט איינער ארויסגעשטעקט די האנט, האט די מיילדת ארויפגעלייגט אויף אים א שטריקל, אבער נאכדעם איז פרץ, דער צווייטער, האט איבערגעשפרונגען און אנגעשטופט, און איז ארויס פריער. נו, אז ער איז ארויס פריער, האט זי אים אנגערופן פרץ, על מה פרצת עליך פרץ, ער האט געמאכט א פירצה, ער האט איבערגעשפרונגען, ער האט אנגעשטופט. און דערנאך איז ארויס דער צווייטער וואס ער האט ארויסגעשטעקט די האנט און ער האט געהאט די שטריקל אויף די האנט, האט זי אים אנגערופן זרח. נו, מען ווייסט אז משיח קומט פון פרץ. און עס שטייט אין מדרש טאקע, אז פרץ איז משיח, שנאמר, עלה הפורץ לפניהם, אז דער פרץ, וואס דאס גייט אויף משיח ער גייט זיין פאר זיי, איז פרץ מרומז אויף דעם ענין פון משיח. פרעגט דער רבי, עס שטייט אין ספר הבהיר, אז זרח איז מרומז אויף די זון, ווייל די זון שיינט, זרח מיינט שיינען. פרץ איז מרומז אויף די לבנה, ווייל די לבנה נפרצת, לית לה מגרמה כלום, זי איז נישט שיינען, דאס איז נפרץ, עס איז צובראכן כביכול כאילו, ווייל די לבנה איז נישט אלעמאל שיינט עס, דאס צייטן ווען עס איז באהאלטן, מען זעט נישט, זי שיינט נישט, שפעטער שיינט עס. איז פרץ מרומז אויף די לבנה, און זרח מרומז אויף די זון. ווערט א שאלה, אויב אזוי דארף אויסקומען אז זרח איז העכער ווי פרץ, ווייל זרח איז מרומז אויף די זון, און די זון איז א גרעסערע מעלה, זי איז א העכערע זאך ווי די לבנה. פארוואס עפעס דווקא פרץ, וואס איז א נידעריקע מדריגה, איז דאס שייך צו מלך המשיח?
איז דער רבי איז מסביר יסוד אויף דעם וואס שטייט אין אור התורה פון צמח צדק. ער זאגט דארטן אז די זון און די לבנה זיינען מרומז אויף צוויי אופנים אין עבודת השם. די זון איז מרומז אויף עבודת השם פון צדיקים, און די לבנה מרומז אויף עבודת השם פון בעלי תשובה. וואס עבודת הצדיקים זיי זענען אלעמאל טוען די ריכטיגע זאך, נישטא קיין שינויים, עס בייסט זיך נישט, אלעמאל ליכטיג, אלעמאל טוען זיי ריכטיג. אזוי ווי די זון, וואס זי איז אלעמאל ליכטיג. אבער עבודה פון בעלי תשובה איז, עס איז דא א ירידה, זיי טוען עבירות, עס איז געווען נישט גוט, און דערנאך זענען זיי עולה, איז דאס בדוגמא צו די לבנה, וואס די לבנה האט אין זיך א חסרון און דערנאך באשיינט עס, איז דאס דער ענין פון בעלי תשובה. דאס איז דער חילוק פון פרץ און זרח. זרח איז מרומז אויף עבודת הצדיקים, וואס זייער אור שיינט שטענדיג, און פרץ איז מרומז אויף עבודת בעלי תשובה, וואס דאס איז, און טאקע שטימט מיט דעם ווארט פרץ, א בעל תשובה דארף דורכברעכן, ער האט העלמות והסתרים, ער האט שוועריקייטן וואס האלטן אים אפ, און ער דארף דורכברעכן, דאס שטימט מיט דעם ווארט פרץ. ער דארף ארויסגיין פון די הגבלות, און ער דארף דורכברעכן די הגבלות.
יעצט פארשטייט מען פארוואס משיח איז פארבונדן מיט פרץ, וואס ער איז מרומז אויף די לבנה, ווייל דער ענין פון משיח איז פארבונדן מיט תשובה. מען ווייסט אז משיח שטאמט דאך פון דוד, וואס די גמרא זאגט אויף דעם אין עבודה זרה, הקים עולה של תשובה, דוד האט אויפגעהויבן דעם יאך פון תשובה, און דער זוהר זאגט משיח אתא לאתבא צדיקייא בתיובתא, משיח וועט פועלן אז אפילו צדיקים זאלן טון תשובה. מען ווייסט וואס דער רמב״ם זאגט אז אידן וועלן טון תשובה וועט משיח קומען, איז משיח פארבונדן מיט תשובה. אזוי ווי משיח פארבונדן מיט תשובה, דערפאר איז ער פארבונדן מיט פרץ וואס ער איז מרומז אויף די לבנה, וואס די לבנה איז מרומז אויף דעם ענין פון בעלי תשובה. און דער רבי איז מסביר אז דערפאר איז דער סדר געווען אזוי. פריער געוואלט ארויסגיין זרח, ווייל זרח איז מרומז אויף עבודת הצדיקים. לכאורה דאס איז די בעסטע זאך, דאס איז די העכסטע זאך, א איד וואס טוט אלץ וואס מען דארף טון, און נישטא קיינע שינויים, קיין זאך האלט זיך נישט אפ. לכאורה דערפאר האט זרח געוואלט ארויסגיין דער ערשטער, ווייל דאס איז מרומז אויף עבודת הצדיקים. דער אמת איז אבער, אז מען ווייסט אז די עבודה פון בעלי תשובה איז העכער. די גמרא זאגט, און דער רמב״ם פסק'נט אזוי, אז במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד. אין די מדריגה וואס א בעל תשובה שטייט, קען אפילו א צדיק גמור נישט שטיין. הייסט אז די עבודה פון בעלי תשובה איז העכער. דערפאר איז למעשה ארויסגעגאנגען פרץ פריער, ווייל דאס איז א מדריגה וואס איז העכער.
קען אבער א מענטש פרעגן, קומט אויס אז א בעל תשובה איז העכער, איז חוטא נשכר? דאס הייסט וויבאלד ער איז א איד וואס ער האט געטון עבירות, ער פארדינט אז ער קען קומען צו א העכערע מדריגה, און איינער וואס ער האט נישט געטון קיין עבירות, קען נישט קומען צו די מדריגה, קומט אויס אז א צדיק קען טראכטן ביי זיך, עס פעלט אים, ווייל ער האט נישט געטון קיין עבירות פעלט אים אין עבודה? אויף דעם זאגט דער רבי אין א צווייטע שיחה, נישט אין דעם ווארט, זאגט דער רבי אז אפילו א צדיק קען ער דערגרייכן די עבודה פון בעל תשובה. איי עס שטייט במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד, זיי קענען נישט קומען אהין? זאגט דער רבי, בשעת א צדיק העלפט א צווייטן איד ווערן א בעל תשובה, האט ער א חלק אין יענעמ'ס עבודת התשובה. ממילא אז ער האט א חלק, האט ער אויך די מעלה פון א בעל תשובה. ממילא טאקע בעל תשובה איז העכער, אבער צדיק אליין קען אויך זיין א בעל תשובה, און דאס איז טאקע פארבונדן מיט דעם וואס דער זוהר זאגט אז משיח וועט קומען ווען די צדיקים, בא דער גייענדיג צו די מדריגה פון תשובה זיי אלע ווערן בעלי תשובה, האבן ביידע מעלות, די מעלה פון צדיק און די מעלה פון בעל תשובה. אבער די עיקר מעלה וואס איז פארבונדן מיט משיח'ן, איז די מעלה פון תשובה, וואס דערפאר איז דער שייכות צו פרץ.