Parshas Vayeitzei
If Yaakov instituted Maariv last of the three tefillos, why does halachah treat nightfall as the start of the day?
Part of Bereishit
A short Yiddish devar Torah on Rashi's comment that Yaakov instituted Maariv, addressing the apparent contradiction between the order in which the Avos instituted the three tefillos and the halachic principle that night follows day. The resolution distinguishes two dimensions of tefillah — bittul to Hashem and requesting one's needs — and maps the order of kodashim onto the order in which the Avos prayed.
Audio Transcript
אַ וואָרט פֿון רבי'ן אויף היינטיגע פרשה, פרשת ויצא. פרשת ויצא שטייט אַז יעקב אבינו \"ויפגע במקום\", זאָגט רש\"י: וואָס מיינט \"ויפגע במקום\"? \"רבותינו פירשו לשון תפילה\", דאָס איז, מיינט דאַוונען. און רש\"י פֿירט אויס: \"ולמדנו שתיקן תפילת ערבית\". דאָס ווײַזט אונדז, דאָס לערנט אונדז, אַז יעקבֿ האָט מתקן געווען דאַוונען מעריב. און דאָס קומט נאָך דעם וואָס אברהם האָט מתקן געווען דאַוונען שחרית, יצחק האָט מתקן געווען דאַוונען מנחה, און יעקבֿ, וואָס איז דער דריטער, האָט מתקן געווען דאַוונען מעריב. לויט דעם קומט אויס אַז מעריב איז די לעצטע תפילה, ווײַל ער איז געווען דער לעצטער פֿון די אבות. אָבער לכאורה ווייסן מיר אַז דער סדר איז אַז פֿריִער קומט די נאַכט, נאָכדעם קומט דער טאָג. בײַ אונדז, בײַ ייִדן, איז דער טאָג גייט נאָך דער נאַכט. ממילא דאַרף אויסקומען אַז די תפילה פֿון דער נאַכט איז די ערשטע תפילה, און דער טאָג, שחרית און מנחה, קומט נאָך דעם. און מ'געפֿינט טאַקע אין גמרא, די גמרא ברענגט אַ פּסוק בנוגע צו די תפילות. דער פּסוק איז: \"ערב ובוקר וצהרים\". ערב איז אָוונט, דאָס איז די נאַכט, בוקר אין דער פֿרי, צהרים איז נאָכמיטאָג. הייסט, מע זעט טאַקע אַז די ערשטע תפילה איז מעריב, דערנאָך איז שחרית, דערנאָך איז מנחה. איז ווי שטימט דאָס מיט דעם וואָס יעקבֿ האָט מתקן געווען מעריב, וואָס דאָס קומט נאָך שחרית און מנחה?
איז דער רבי מסביר אויף דעם, אַז ס'איז דאָ צוויי ענינים אין דאַוונען. דאָס וואָס מע דאַוונט, איז אין דעם דאָ צוויי ענינים. איין ענין איז: דאַוונען איז עבודה שבלב, דאָס איז עבודה פֿון האַרצן. דאָס איז אַזאַ זמן ווען מע פֿאַרבינדט זיך מיט'ן אויבערשטן, מע איז מבטל די אייגענע מציאות, מע דערנענטערט זיך צום אויבערשטן. פֿאַרשטייט מען זייער אַז יעקבֿ אבינו געזען דער לייטער, \"סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה\", דער לייטער געשטאַנען אונטן און דער אויבן גייט ביז שמים, דאָרט שמועסט ער אַז דאָס איז דאַוונען. דאַוונען איז אַזאַ זמן ווען מע דערנענטערט זיך צום אויבערשטן, מע איז מבטל זײַן אייגענע מציאות. דאָס איז דער ענין פֿון דאַוונען. פֿון צווייטן זײַט, דער ענין פֿון דאַוונען איז ווען מיר דאַרפֿן בעטן דעם אויבערשטן פֿאַר וואָס מע דאַרף. דאָס הייסט: בקשת צרכיו. אַ ייִד דאַרף האָבן, ער דאַרף האָבן געלט, ער דאַרף האָבן געזונט, ער דאַרף האָבן זאַכן. דאָס וואָס ער דאַרף, איז אַ מצוה ער זאָל דאַוונען צום אויבערשטן און בעטן. איז דאָס אַ זמן ווען מע טראַכט וועגן די אייגענע מציאות. אָבער די ביידע זאַכן זענען דאָ אין דאַוונען. ס'איז דאָ וואָס דאַוונען האָט אַ חלק וואָס איז מבטל די מציאות, און ס'איז דאָ אַ חלק וואָס, אַן ענין אין דאַוונען וואָס דאָס איז אַז מיר בעטן דעם אויבערשטן זאָל געבן אונדז וואָס מײַן מציאות דאַרף האָבן. ווי אַזוי די צוויי זאַכן שטימען צוזאַמען, דאָס איז באַזונדער, דאָס רעדט זיך אין חסידות, דאָס איז מ'פֿאַרענטפֿערט. אָבער דאָס קומט אויס אַז ס'איז דאָ די צוויי ענינים. און דאָס זענען די צוויי זמנים. די גמרא זאָגט אַז \"במעשה בראשית היום הולך אחר הלילה\". קומט צו מעשה בראשית, צו וועלטליכע זאַכן, ווי דער אויבערשטער באַשאַפֿן די וועלט, איז דער טאָג קומט נאָך דער נאַכט, ווי ס'שטייט: \"ויהי ערב ויהי בוקר\", פֿריִער איז געווען ערב, און דערנאָך בוקר, דאָס איז געווען בײַ די בריאת העולם, יעדן טאָג. איז קומט צו וועלטליכע זאַכן, איז דער טאָג קומט נאָך דער נאַכט. אָבער בײַ קדשים, בײַ קרבנות, וואָס דאָס איז אַ הייליקע זאַכן, דאָרטן איז די נאַכט קומט נאָכ'ן טאָג. אַז מע ברענגט אַ קרבן, איז נאָך דעם, ווען מע מעג דאָס עסן, איז די נאַכט קומט נאָכ'ן טאָג, ווי ס'שטייט אין הלכה. און דאָס זענען די צוויי ענינים אין דאַוונען. מצד דעם ענין פֿון די וועלטליכע זאַכן אין דאַוונען, דאָס וואָס איז בקשת צרכיו, וואָס מע דאַרף בעטן דעם אויבערשטן פֿאַר דאָס וואָס איך דאַרף, איז דאָס מעשה בראשית, דאָס איז וועלטליכע זאַכן. און מצד די וועלטליכע זאַכן, טאַקע קומט די נאַכט פֿריִער, מצד דעם איז מעריב די ערשטע זאַך, און נאָכדעם קומט שחרית און מנחה. אָבער מצד דעם אַנדערן ענין פֿון תפילה, וואָס תפילה איז דער ביטול צום אויבערשטן, דאָס איז די קדשים, אָבער בײַ קדשים איז היום הלילה היום הולך אחר הלילה, הלילה אחר היום, דאָרטן גייט פֿאַרקערט, דאָרטן גייט די נאַכט נאָכ'ן טאָג, איז דאָרטן איז דער ענין פֿון תפילה די דריטע תפילה וואָס קומט נאָך די אַלע תפילות, די צוויי תפילות פֿון פֿריִער. און דאָס זענען די צוויי ענינים וואָס איז דאָ אין דאַוונען: מצד דעם ענין פֿון די ביטול וואָס איז אין דאַוונען, איז מעריב די לעצטע זאַך, מצד די קדשים שבדבר, ומצד דעם ענין וואָס מע בעט פֿאַר אייגענע מציאות, איז פֿאַרקערט.