Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
BEREISHIT

Parshas Vayigash

Yaakov's blessing that the Nile rise for Paroh turns out to be a direct strike at Mitzrayim's own worship of nature, not a strange concession to it.

Part of Bereishit

Follows Rashi's account of the brachah Yaakov gave Paroh before leaving his presence — that the Nile should rise to meet his feet — and the question of why he would bless anything connected to the Nile, the very object of Mitzrayim's avodah zarah rooted in belief in teva. Resolves it as the opposite of a concession: by making the Nile's rise depend visibly on his own blessing, Yaakov demonstrated that nature itself is not an independent force, breaking Mitzrayim's klipah of nature-worship and pointing to the ongoing task of revealing that all of teva flows from Hashem.

Audio Transcript
Yaakov's Blessing That the Nile Should Rise

א ווארט פונעם רבין אויף היינטיגע פרשה, פרשת ויגש. אין פרשת ויגש לערנען מיר אז Yaakov Avinu איז געקומען קיין מצרים, דערנאך איז ער אריינגעגאנגען, Yosef האט אים גענומען צו פרעה, און דערנאך איידער ער איז אוועק שטייט אין פסוק: ויברך יעקב את פרעה ויצא מלפני פרעה, אז יעקב האט געבענטשט פרעה. זאגט Rashi: וואס איז די ברכה bracha Yaakov האט געגעבן Paroah? שיעלה נילוס לרגליו, אז דער נילוס זאל ארויפגיין צו זיינע פיס. אין מצרים זאגט Rashi גייט נישט קיין רעגן, ווי אזוי וואסערט מען די פעלדער? איז דער נילוס מזמן לזמן איז עולה, גייט אויף, און עס גייט איבער, און פון דעם גייט וואסער אויף די גאנצע מצרים. ווי Rashi זאגט אין א צווייטן ארט, אז זיי פלעגן מאכן אזעלכע canals אין גאנץ מצרים, אז די וואסער איז איבערגעגאנגען איז עס געגאנגען דורך די canals און דאס האט געמאכט, געגעבן וואסער צו גאנץ מצרים. זאגט Rashi: ומברכתו של יעקב אבינו, פון ווען יעקב האט אים געגעבן די ברכה, פאנגט פרעה צו גיין צום נילוס, און אזוי ווי ער איז געקומען צום נילוס דאס האט געמאכט אז דער נילוס זאל אויפגיין. מען האט דאס געזען גלייך: Yaakov האט אים געגעבן א bracha אז ווען דו וועסט קומען צום נילוס זאל דער נילוס אויפגיין, און ממילא וועט איר האבן וואסער אויף וואסערן די פעלדער. איז פון דער צייט ווי יעקב האט געגעבן די ברכה פאנגט פרעה קומען צום נילוס און די וואסער פאנגט אויפגיין ומשקה את הארץ, ס'פאנגט וואסערן די גאנצע לאנד.

The Problem: Blessing Mitzrayim's Own Idol

פרעגט דער רבי א שאלה: מיר ווייסן דאך אז דער נילוס איז די עבודה זרה פון מצרים, זיי האבן געדינט צום נילוס. פאר וואס האט יעקב אים געגעבן א ברכה וועגן נילוס, אין א זאך וואס איז זייער עבודה זרה? און מיר ווייסן פאר וואס ס'איז זייער עבודה זרה, ווייל דאס איז א נאטירלעכע זאך. ס'איז די נאטור אין מצרים איז אז די וואסער גייט אויף פונעם נילוס און דאס באוואסערט די וועלט, ס'איז נישט ווי אנדערע ערטער, בפרט ארץ ישראל, אז ס'רעגנט, און אז ס'רעגנט דארף מען קוקן אין הימל און מ'דארף גלייבן אז ס'קומט פונעם אויבערשטן וכולי וכולי, נאר דארט איז עס א נאטירלעכע זאך, און זיי האבן געגלייבט אין טבע. ווי Yosef האט Paroah צו פרעה: אלקים יענה את שלום פרעה, אלקים וועט ענטפערן. בשעת פרעה האט אים געזאגט: איך הער אז דו קענסט פותר חלומות זיין, האט ער אים געזאגט: דער אויבערשטער טוט דאס, אבער ער האט געזאגט בשם אלקים. ווייל פרעה האט נישט געגלייבט אין העכער פון שם אלקים... א שם אלקים גייט אויף די טבע פון די וועלט, אלקים בגימטריא הטבע. וואס דארטן איז דא, דער אויבערשטער פירט אן מיט טבע, אבער ס'איז באהאלטן אין טבע, דאס וואס דער אויבערשטער פירט אן זעט מען נישט. איז מצרים האט געגלייבט אין ווי ס'קוקט אויס אין חיצוניות, דאס איז טבע, איז דער נילוס געווען די עבודה זרה פון מצרים, זיי האבן געדינט די טבע. איז פאר וואס האט Yaakov עפעס געגעבן א ברכה בנוגע דעם נילוס?

The Opposite Is True: Breaking the Klipah of Nature-Worship

ענטפערט דער רבי א פשוטן תירוץ: פארקערט! וויבאלד דער נילוס איז זייער עבודה זרה, און דאס איז אז זיי גלייבן אין די טבע, האט יעקב געוויזן אז ס'איז נישט אזוי. פון ווען ער האט געגעבן די ברכה, איז וואס האט ער געגעבן די ברכה? אז דער נילוס זאל עולה זיין צו פרעה, און ווען פרעה פאנגט צוקומען פאנגט עס עולה זיין, און מ'האט אלע געוואוסט אז ס'איז פון די ברכה פון יעקב. דאס האט באוויזן אז די טבע איז נישט קיין טבע, אז די טבע קומט אויך פון א העכערן כח, פון יעקב'ס ברכה וואס דאס איז א כח פונעם אויבערשטן. און דאס איז דער טעם פאר וואס ער האט געגעבן א ברכה דוקא אויף דעם נילוס: צו ברעכן די קליפה פון מצרים, ווייל די קליפה פון מצרים איז גלייבן נאר אין טבע, צו ברעכן אז זיי זאלן זען אז ס'קומט פון יעקב'ס ברכה. פארשטייט זיך פון דעם דארף מען ארויסלערנען אז דאס איז די ארבעט פאר יעדן איד, צו ברענגען אז די וועלט זאל אנערקענען אז די וועלט אליין איז נישט קיין מציאות, אלץ ס'קוקט אויס ווי א מציאות, אבער דאס איז אלץ בכח פונעם אויבערשטן. און מ'דארף דאס פועל'ן אויף די גאנצע וועלט, סיי ביי אידן און להבדיל אפילו ביי גוים זיי זאלן אנערקענען אז די טבע איז נישט בעצם א מציאות פאר זיך, נאר ס'אלץ קומט פונעם אויבערשטן.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00