Parshas Vayigash
Why Yaakov sent Yehuda, not Yosef the viceroy, to prepare Goshen — a statement about never letting galus take hold of the neshamah.
Part of Bereishit
Examines why Yaakov sent Yehuda ahead into Mitzrayim to prepare Goshen even though Yosef, already the country's second-in-command, could easily have arranged everything himself. Develops the explanation that Yosef's authority still sat under Paroh's, so only Yehuda — who had already stood down Mitzrayim's ruler over Binyamin's fate — could establish from the very first step into galus that spiritual matters would answer to nothing but themselves, a point echoed later in the Frierdiker Rebbe's own words on the road into exile.
Audio Transcript
א ווארט פון Rebbe אויף Parshas Vayigash. אין Parshas Vayigash ווערט דערציילט אז Yaakov מיט די משפחה זענען געפארן קיין Mitzrayim. אבער די Torah זאגט, ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה. ער האט געשיקט פריער Yehuda קיין Goshen, און דער טעם איז געווען להורות לפניו. זאגט Rashi, וואס מיינט להורות לפניו? איינע פון די פשטים זאגט Rashi, לפנות לו מקום ולהורות היאך יתיישב בה. דאס מיינט, מאכן דעם פלאץ גרייט. ער האט געשיקט Yehuda צו גרייטן, מאך אלע הכנות אויף Yaakov קומען אין Mitzrayim מיט די משפחה. פרעגט דער Rebbe די שאלה: Yosef איז דאך געווען אין Mitzrayim, Yosef איז דאך געווען דער מלך, ער האט דאך זיכער געקענט צו גרייטן און אלע, מאכן אלע הכנות וואס מען דארף אויף, אויף יעקב'ס קומען קיין Mitzrayim, פאר וואס האט ער געדארפט Yehuda יהודה אויף דעם?
איז דער Rebbe מבאר אזוי: מיט דעם וואס ער האט געשיקט Yehuda, האט ער געוואלט באווייזן ווי אזוי עס דארף זיין דער צוגאנג צום גלות. מען גייט galus גלות, ער האט געוואלט באווייזן אז קומענדיק אין galus דארף מען וויסן אז מען וועט נישט נתפעל ווערן פון galus, און ווען עס קומט צו רוחניותדיקע ענינים, וועט א איד נישט ווערן נתפעל פון דעם וואס גלות. שיקן, מיט דעם וואס Yaakov איז דארטן, Yosef איז געווען אין Mitzrayim איז נישט גענוג, ווייל Yosef, הגם Yosef Hatzadik דער גרעסטער וואס מען, מען קען זיך פארשטעלן, פון דעסטוועגן Yosef איז געווען א חלק פון דער ממשלה Mitzrayim מצרים. ער איז דאך געמאכט געווארן משנה למלך דורך Paroh, און Paroh איז געבליבן דער בעל הבית זיין, ווי דער פסוק זאגט, רק הכסא אגדל ממך. ממילא ווען ער קומט, איז מען נאכאלץ אונטער דעם פירערשאפט פון Mitzrayim, ווארום Yosef איז דער וואס האט צוגעגרייט אלע ענינים, און Yosef איז דער משנה למלך פון Mitzrayim. דערפאר האט ער געשיקט Yehuda. Yehuda באווייזט דאס וואס עס איז ביי אידן דא דער ענין Yaakov. מען זעט אין דער אנהייב פרשה, בשעת Yosef האט געוואלט צו נעמען Binyamin, און Yehuda האט געמיינט אז דאס איז א מצרי, Mitzri מלך איז א מצרי, Mitzri מען וויל צו נעמען א אידיש קינד זאל זיין אונטער דעם קאנטראל, ווי מען זאגט, אונטער דער בעל Mitzrayim פון מצרים, האט Yehuda יהודה אוועקגעשטעלט מיט דער גאנצער שטארקייט אקעגן אים, און נישט נתפעל געווארן וואס ער איז דער פירער פון דעם לאנד, ווייל Mitzrayim עס קומט צו אזא זאך, אז א אידיש קינד זאל זיין אונטער די בעל, די בעל בתישקייט פון מצרים, הגם ער איז אין גלות, איז דאס נישט ריכטיג. מען דארף וויסן אז אויף דעם דארף מען זיך שטעלן מיט דער גאנצן תוקף. און דאס איז וואס Yehuda איז געווען. און ממילא דערפאר האט ער געוואלט אז Yehuda זאל פארן מאכן די הכנות, ווייל אזוי ווי Yehuda שטעלט, ווי מען שטעלט זיך אוועק אזוי גייט דאס. Yehuda וואס באווייזט דער ענין Yaakov, און ווען עס קומט צו רוחניותדיקע ענינים, צו נשמה זאכן, קען דער גלות, נשמה קיין השפעה. דאס דערפאר האט ער געשיקט Yehuda צו אוועקשטעלן ווי דער גלות זאל זיך אנהויבן, און אזוי וועט דאס גיין ווייטער.
און מען ווייסט דער מעשה בשעת דער פריערדיקער Rebbe איז ארויס פון תפיסה י\"ב תמוז, ג' תמוז, און מען האט אים געשיקט קיין Kastroma, אין גלות Kastroma, געשיקט אהין, איז אויפ'ן וועג האט ער געזאגט צו די Chassidim, מען זאל וויסן אז נישט מיט אונזער ווילן זענען מיר געגאנגען אין גלות, און דערפאר איז אויף די נשמה זאכן, אויף די רוחניותדיקע זאכן, וועט דער גלות נישט האבן קיין בעל בתישקייט. און די זעלבע זאך דאך, ער האט געשיקט Yehuda וואס באווייזט די שטארקייט אויף נישט נתפעל ווערן פון דעם גלות ווען עס קומט צו רוחניותדיקע ענינים, האט ער געשיקט Yehuda כדי אוועקצושטעלן אז דער גלות זאל זיין אויף אזא אופן. און מען זעט טאקע די מסקנא איז געווען, אז בשעת די אידן זענען געקומען אהין, ויאחזו בה ויפרו וירבו מאד, זענען זיי טאקע מצליח געווען, און אפגעטאן די ענינים וואס ער האט, וואס זיי האבן געדארפט אויפטאן אין גלות.