Parshas Vayikra
Why 'Vayikra' Is Called an Expression of Love
Part of Vayikra
A vort on Parshas Vayikra exploring Rashi's comment that Hashem's calling to Moshe before every command was a unique sign of affection.
Audio Transcript
א ווארט פון רבין אויף פרשת ויקרא. אין פרשת ויקרא רעדט זיך וועגן קרבנות. דאס איז די ערשטע פרשה נאכדעם וואס דער Mishkan איז געבויט געווארן, וואס די Torah דערציילט אונז די דינים פון קרבנות. אין קרבנות זענען פאראן צוויי סוגים: ס'איז פאראן קרבנות חובה, קרבנות נדבה. קרבנות חובה זענען די קרבנות וואס מען מוז ברענגען, ס'איז דא א חיוב צו ברענגען. פאראן קרבנות ציבור, וואס דער ציבור דארף ברענגען. פאראן קרבנות חובה וואס א יחיד, אז ער טוט אן עבירה וכדומה, דארף ברענגען, מוז ברענגען א קרבן. און נאכדעם פאראן קרבנות נדבה, וואס מען איז נישט מחויב, ס'איז א נדבה, א יחיד וויל געבן א נדבה צום אויבערשטן, קען ער ברענגען א קרבן. די קרבנות וואס רעדט זיך אין אנהויב פון פרשת ויקרא איז קרבנות נדבה, ווי Rashi זאגט בקרבנות נדבה הכתוב דיבר הענין, אז די פרשה רעדט זיך וועגן קרבנות נדבה. שטעלט זיך א שאלה: פאר וואס איז די ערשטע קרבנות קרבנות נדבה? לכתחילה דארף מען דערציילן וואס מען מוז טאן, נאכדעם קען מען זאגן אז ס'איז דא נאר זאכן וואס מען מוז נישט טאן, אבער קענסט עס טאן אויב דו ווילסט. האט די Torah פריער געדארפט רעדן וועגן קרבנות חובה, און נאכדעם וועגן קרבנות נדבה. און דער Rebbe ענטפערט: אז אין פשוטו של מקרא איז, ווייל דא רעדט זיך די דינים פון קרבנות וואס דער אויבערשטער האט געזאגט צו Moshe Rabbeinu דערציילן די אידן, גלייך נאכדעם וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם Mishkan, איז דארטן געווען נוגע צו רעדן וועגן קרבנות נדבה.
פאר וואס? קרבנות חובה זענען פאראן קרבנות ציבור, אבער די קרבנות ציבור אין אנהויב Moshe Rabbeinu רבינו געבראכט, איז דאס נישט געווען נוגע צו דערציילן די אידן. אפילו די קרבנות חובה פון א יחיד, וואס ער דארף ברענגען טאמער ער טוט די זאך, יענע זאך, איז מסתבר אז דאס איז נישט געווען נוגע גלייך. ווייל וועלכער איד וואלט געטאן עפעס וואס ער דארף, אן עבירה וכדומה, וואס איז מחייב ברענגען א קרבן, די טאג, גלייך דער ערשטער טאג נאכדעם וואס מען האט אויפגעשטעלט Mishkan משכן? אזא הייליקע צייט, ווער וואלט דעמאלטס געטאן אן עבירה? לייגט זיך נישט אז מען האט געדארפט וויסן ווי אזוי מען דארף ברענגען קרבנות חובה. נאר קרבנות נדבה פארשטייט זיך יא, ווייל ס'איז זיכער אז אלע אידן גלייך ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם Mishkan, יעדער איד געוואלט ברענגען א קרבן צום אויבערשטן אויף דעם אויף דעם אין דעם משכן, איז דא דארף ער וויסן די דינים פון קרבנות נדבה, דערפאר הייבט זיך אן די דינים פון קרבנות מיט קרבנות נדבה. אבער א טיפערע פשט, זאגט דער Rebbe: מיט דעם באווייזט די Torah אז די נקודה פון אלע קרבנות איז נדבה, אפילו די קרבנות חובה. וואס העלפט אראפנעמען אן עבירה וכדומה? שטייט אין Ramban, ווי אזוי העלפט א קרבן אראפנעמען אן עבירה, א מענטש דארף טראכטן בשעת ער ברענגט דעם קרבן, אז דאס וואס מען טוט מיט דעם קרבן, וואלט מען געדארפט טאן מיט אים. מען שעכט דעם קרבן, אים געדארפט שעכטן. מען שפריצט דאס בלוט, זיין בלוט געדארפט שפריצן. נאר א איד טראכט זיך אריין אין דעם, דאס ברענגט אים אז ער זאל ווערן נענטער צום אויבערשטן, וממילא דערפאר העלפט דער קרבן. קומט אויס אז די נקודה פון אלע קרבנות חובה איז בעצם די נדבה שבדבר.
נדבה מיינט עפעס א לעבעדיקע געפיל פון הארץ וואס מען האט, פון הארצן. אלע קרבנות, די נקודה פון אלע קרבנות איז די נדבה שבדבר. כדי צו באווייזן דאס, רעדט די Torah לכתחילה וועגן קרבן נדבה, קרבן וואס קומט פון הארצן, פארשטייט מען פון דעם אז דאס איז דער ענין פון א קרבן. דערפאר איז דער ערשטע קרבנות וואס Torah תורה רעדט זיך, ווען די Torah רעדט וועגן דיני קרבנות, איז קרבנות נדבה, צו ווייזן אז דער גאנצער ענין, Rashi זאגט דער ענין, דער גאנצער ענין פון א קרבן איז דער ענין פון נדבה.