Parshas Shmini
Why Rashi Explains the Reason for Removing Nadav and Avihu's Bodies
Part of Vayikra
A Yiddish sicha on Parshas Shmini examining the Rebbe's question on Rashi: why did Rashi need to explain that Nadav and Avihu's bodies were removed so as not to disturb the joy of the Mishkan's dedication, when removing a body for burial needs no special reason?
Audio Transcript
א ווארט פון רבין אויף פרשת שמיני. אין פרשת שמיני רעדט מען וועגן יום השמיני למלואים, דער אכטער טאג פון די מלואים. דאס איז דער טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן אויף שטענדיק, און דער טאג איז געווען א גרויסע שמחה, עס איז געווען ראש חודש ניסן. אבער וואס עס פאסירט דעם טאג אויכעט איז אז נדב ואביהוא, די צוויי עלטערע קינדער פון אהרן, זענען נסתלק געווארן, זענען נפטר געווארן. שטייט אין פסוק אז משה רבינו האט געזאגט צו ויקרא משה אל מישאל ואל אלצפן בני עוזיאל דוד אהרן. משה רבינו האט געזאגט צו מישאל און צו אלצפן, די קינדער פון עוזיאל, דער פעטער פון אהרן. ער האט געזאגט זיי קרבו שאו את אחיכם מפני הקודש, קומט אהער און הייבט אויף, טראגט ארויס אייערע ברידער פון דעם קודש, פון דעם הייליגן ארט, אל מחוץ למחנה מחוץ למחנה. זאגט רש''י, פארוואס האט ער געהייסן ארויסנעמען די גופות פון נדב ואביהוא? שלא לערבב את השמחה. וויבאלד עס איז געווען א טאג פון שמחה, נישט צו מישן די שמחה, צונעמען פון די שמחה פון חנוכת המשכן, דערפאר האט ער געהייסן ארויסנעמען די גופות פון נדב ואביהוא זיי זאלן נישט שטערן די שמחה. פרעגט דער רבי א שאלה, וואס דארף רש''י געבן א סיבה פארוואס ער האט געהייסן ארויסנעמען די גופות פון אהרן? עס איז דאך א נארמאלע זאך אז א מענטש ווערט נפטר דארף מען אים ארויסנעמען און מקבר זיין. האבן זיי דאך געדארפט, פארשטייט זיך אז מען האט געדארפט
צונעמען. רש''י גיט עפעס א טעם פארוואס ער האט געהייסן צונעמען, לכאורה פארוואס דארף מען דעם טעם? זאגט דער רבי דער פשט איז, רש''י קומט נישט זאגן א טעם פארוואס מען האט געדארפט ארויסנעמען, פארשטייט מען געדארפט ארויסנעמען, עס איז א נארמאלע זאך, נאר ער גיט א טעם אויף מסביר זיין וואס איז די ספעציעלע חשיבות אין דעם וואס ער האט געהייסן ארויסנעמען. דאס הייסט אזוי: אויב עס וואלט געווען נאר מצד דעם ווייל נארמאלער הייט דארף מען ארויסנעמען א גוף אדער די גופות פון מענטשן וואס גייען אוועק פון דער וועלט, איז ווערט א שאלה פארוואס דערציילט די תורה? פארשטייט זיך מען געדארפט ארויסנעמען די גופות פון נדב ואביהוא. פארוואס מאכט די תורה פון דעם א גאנצע צימעס און ער האט געזאגט טראגט זיי ארויס? לכאורה דאס דאך א פשוטער זאך ארויסצוטראגן. א צווייטע זאך, פארוואס האט ער געהייסן דווקא די מישאל ואלצפן וואס זענען לויים ארויסטראגן? לויים זענען ספעציעלע מענטשן, זיי זענען געווען פארבונדן מיט עבודה דמשכן. זיי האבן געדארפט פארנעמען מיט ארויסטראגן די גופים אויף מקבר זיין? עס איז דא די חברה קדישא, מען קען זאגן אנדערע מענטשן וואס טוען די זאכן, פארוואס האט ער געדארפט הייסן דווקא מישאל און אלצפן זיי זאלן דאס טאן? דאס קומט רש''י פאראנטפערן אז די תורה דערציילט אונז אז דאס וואס מען האט געדארפט ארויסנעמען די גופים איז ניט נאר ווייל אזוי מען האט געדארפט טאן נארמאלער הייט, דאס איז א חלק פון די עבודה דמשכן. וויבאלד אז דא שטערט צו די שמחה פון משכן, דאס הייסט מען קען נישט טון די שמחה אויב די גופים וועלן ליגן דא, איז מען טראגט ארויס די גופים העלפט דאס אין די שמחה פון משכן. ממילא דאס נישט נאר א זאך וואס מען דארף צונעמען ווייל עס דארף נישט זיין דא, נאר מען טוט עס, עס איז א חלק פון די עבודה דמשכן. דאס זאגט רש''י. און ממילא דערפאר געהייסן דווקא מישאל ואלצפן וואס זענען געווען לויים. וויבאלד זיי זענען געווען לויים און זיי געטאן עבודה דמשכן, איז דאס אויכעט א חלק פון די עבודה דמשכן. גיט עס א חשיבות אין ארויסטראגן, עס איז ניט נאר ארויסטראגן ווייל מען דארף צונעמען די גופים, עס גיט א חשיבות אז דאס ווערט א חלק פון די עבודה דמשכן. און דאס זאגט רש''י אז דערפאר מאכט די תורה פון דעם א גאנצע צימעס און דערציילט זאגן אז דאס איז א חלק פונעם משכן. צונעמען א זאך וואס שטערט די שמחה פון משכן איז אויכעט עבודה דמשכן. וואס פון דעם זאגט דער רבי נעמען ארויס א הוראה בעבודת ה'.
דער רמב''ם זאגט א יעדער איד קען זיין אזוי ווי א לוי. וואס איז ענין פון שבט לוי? אפגעטראגן פון דער וועלט, זיי האבן געלערנט תורה א גאנצע צייט, זיי זענען געווען הייליגע וכולו וכולו. יעדער איד וואס וויל טאן אזעלכע זאכן ווערט אזוי ווי א שבט לוי. קען איך אבער טראכטן בשעת ער גייט צו אזא מדריגה שבט לוי, ער ווערט א הייליגער איד וכולו וכולו, קען ער טראכטן ביי זיך אז איך דארף נאר זיין פארנומען אין גוטע זאכן, ברענגען קדושה, גוטע זאכן. אבער צונעמען, אפווישן פון שלעכטע זאכן, דאס איז נישט פאר מיר קיין געשעפט, דאס פאסט פאר אנדערע, אנדערע זאלן דאס טאן. אבער איך דארף טאן נאר אין העכערע זאכן, אבער אויס... מען זאגט... אויסקערן די שמוץ, דאס איז נישט מיין ארבעט. אויף דעם זעט מען דא אז וויבאלד אז עס איז געווען א שטערן צו די שמחה פון משכן, דערפאר איז ארויסנעמען די גופות וואס שטערן צו דעם איז אויכעט אן עבודה דמשכן. איז דא אויכעט אזוי, וויבאלד די וועלט דארף ווערן א משכן צו דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער וויל אזוי ווערן די וועלט א דירה לו יתברך בתחתונים, זאל ווערן אן ארט וואו דער אייבערשטער לעבט. אבער כדי דער אייבערשטער זאל זיין דא און די קדושה זאל זיין און די געטלעכקייט זאל זיין, דארף זיין א ריינער ארט. איז ארויסנעמען די נישט ריינע זאכן און מאכן דאס ריין איז אויכעט א חלק פון ברענגען קדושה און ברענגען אלקות אין וועלט. ממילא דאס דארף יעדער איינער טון, אפילו דער וואס איז אין א הויכע מדריגה, ער איז אזוי ווי שבט לוי, דארף ער זיך אויכעט פארנעמען מיט אויסראמען וואס זאל נישט זיין קיין רע אין דער וועלט. דאס איז אויכעט א חלק פון עבודת המשכן, אזוי ווי דארטן. איז דאס געווען, דאס וואס מען דארף צונעמען די גופים פון נדב ואביהוא, ס'זאל נישט שטערן די שמחה, הייסט דאס עבודת המשכן, איז דא אויך אזוי, ביי יעדער אידן, אפילו אז ער איז אין א הויכע מדרגה, אזוי ווי שבט לוי, דארף ער אויך טאן סיי עשה טוב, אין גוטע זאכן, אבער זיין ארבעט איז אויך סור מרע, מאכן זיכער אז ס'איז נישטא קיין שמוץ אין דער וועלט, וואס שטערט צו עבודת המשכן, און דאס אליין איז אויך א חלק פון עבודת המשכן.