Parshas Tazria-Metzora
Why Leprosy's Impurity Was So Severe
Part of Vayikra
A short class on Parshas Tazria-Metzora exploring the unusual severity of tzaraas impurity, and the lesson of leading with kindness before rushing to harsh judgment.
Audio Transcript
א ווארט פונעם רבין אויף די היינטיגע פרשה, פרשת תזריע מצורע. אין פרשת תזריע מצורע לערנען מיר וועגן די נגעים. ס'איז דא אלע סארטן נגעים, ס'איז נגעים אויפֿן מענטשן אליין, ס'איז דא נגעים וואס איז דא אויף די קליידער, ס'איז דא א נגע וואס איז דא אין א שטוב. בנוגע די נגע וואס איז דא אין א שטוב שטייט אין פסוק: אז איידער דער כהן קומט זען די שטוב, וצוה הכהן ופינו את הבית, דער כהן הייסט מען זאל אויסליידיקן די שטוב, בטרם יבא הכהן לראות את הנגע, איידער דער כהן קומט זען די נגע, פאר וואס? ולא יטמא כל אשר בבית, אלץ וואס איז אין שטוב זאל ניט ווערן טמא. מען ווייסט אז ביי די נגעים איז אפילו ס'איז דא די אלע סימנים, כל זמן דער כהן זאגט נישט טמא, איז דאס נישט טמא. איז איידער דער כהן קומט קוקן און זאגן טמא, דארף דער כהן הייסן מען זאל ארויסנעמען די כלים. פאר וואס? ווייל אויב די כלים וועלן בלייבן דארטן, וועט ער קומען און קוקן און זען אז ס'איז טמא און זאגן טמא, וועלן אלע כלים ווערן טמא, ווייל דער דין ביי נגעים איז אז אויב די שטוב האט א נגע, איז אלץ וואס איז אין שטוב ווערט טמא. כדי ס'זאל נישט ווערן טמא, הייסט מען ארויסנעמען די כלים, וואס ס'טייטש ווערן טמא, זאל די כלים נישט נישט ווערן כלים בתוכו נישט ווערן טמא. ס'איז א פלאדיקע זאך. מיר געפינען דאס נישט ביי אנדערע ערטער, ביי אנדערע טומאות, אז מען טוט זאכן, די Torah זאל זאגן מען זאל טאן זאכן אז מען זאל באווארענען אז די כלים זאלן נישט ווערן טמא. דא איז דער איינציקער ארט וואו די Torah זאגט, Torah זאגט אן אז מען דארף הייסן ארויסנעמען די כלים כדי די כלים זאלן נישט ווערן טמא. פאר וואס איז דאס דווקא דא וואס מען געפינט אזא דין? איז דער רבי מסביר: אז דער ענין פון די נגעים בכלל, נגעים איז א נידעריקע מדרגה, שטייט אין Sefer Yetzirah: אין למטה מנגע, נגע איז די ערגסטע זאך. אבער פון צווייטן זייט איז נגעים באווייזן אויף דער אמת'ע חסד וואס דער אויבערשטער טוט צו די יידן. ווי דער Rambam זאגט אזוי: אז נגעים אות ופלא היה בישראל, ס'איז געווען א וואונדער ביי יידן, דאס הייסט ס'איז געווען אזא א נס וואס ס'איז געווען אזא זאך ווי נגעים. פאר וואס האט דער אויבערשטער געמאכט דעם נס? כדי להזהירם מלשון הרע, מען זאל ווארענען אז מען זאל נישט רעדן lashon hara. און דער Rambam גייט אליין ווי ס'שטייט אין Chazal, אז דער סדר איז אזוי: אויב א ייד רעדט lashon hara, ברענגט דער אויבערשטער א נגע אויף די שטוב, און דאס דארף אים דערמאנען אז ער דארף teshuvah טאן. אויב ער טוט teshuvah איז פיין, גייט אוועק די נגע, אבער אויב ער טוט נישט קיין teshuvah, איז די הלכה מאכט דער אויבערשטער אז די נגע זאל זיין טמא, מען דארף צוברעכן די גאנצע שטוב. יא, מילא איז דער מענטש אפשר טוט teshuvah, ער זעט וואס טוט זיך דא. טאמער ער האט נאך נישט געטאן teshuvah, מאכט דער אויבערשטער א נגע אויף די קליידער. און דאס מאכט אים טראכטן וועגן teshuvah. אבער אויב ער טוט נישט קיין teshuvah, מאכט דער אויבערשטער אז די נגע איז טמא, און מען דארף פארברענען די בגד. יא, מילא אפשר טוט ער teshuvah. טאמער ער טוט נאך אלץ נישט קיין teshuvah, מאכט דער אויבערשטער אזא מין נגע אויפֿן מענטשן אליין. און דאס ברענגט אים צו טאן teshuvah. פאר וואס וועט דאס ברענגען צו teshuvah? ווייל דער din ביי א מצורע איז אז ער קאן נישט זיין אין די מחנה פון יידן, ער דארף גיין חוץ למחנה, דאס איז א גרויסע onesh אז ער מוז זיין איינער אליין, און ער האט צייט אויף טראכטן, און דאס וועט אים ברענגען teshuvah תשובה. ס'איז אן אינטערעסאנטע זאך. דער אויבערשטער מאכט א nes, וואס דאס איז די גאנצע סיבה איז כדי ברענגען יידן צו teshuvah. בכלל וואס מען זאגט אז אויב איינער טוט אן aveirah chas veshalom, איז דער אויבערשטער קען אים שטראפן. דאס אז ער טוט אן aveirah, שטראפט אים דער אויבערשטער. אבער דא איז אן אנדערע זאך: דער אויבערשטער מאכט לכתחילה א זאך וואס ס'איז נישט נאטירלעך, נישט קיין טבע, און דער אויבערשטער מאכט דאס כדי אז דער מענטש זאל teshuvah טאן. איז דאס א באווייז וויפיל chesed דער אויבערשטער טוט צו די יידן, ער מאכט זיכער און טוט nisim כדי א ייד זאל teshuvah טאן. איז וויבאלד אז דער אויבערשטער טוט nisim כדי צו מאכן תשובה טאן, דאס הייסט אז דער אויבערשטער באווייזט זיין chesed, איז דער chesed גייט ad kedei kach אז דער אויבערשטער מאכט זיכער אז אפילו די כלים זאלן נישט ווערן טמא. גוט, ס'איז דאך א קלייניקייט, די כלים ווערן טמא, וואס איז די גרויסע זאך? אבער דער אויבערשטער מאכט טוט א chesed מיט די יידן, אין דעם פאל, אפילו ביז אז די כלים, באווארענען אז די כלים זאלן נישט טמא ווערן, דאס איז א חלק פונעם chesed חסד. איז דאס באווייזט אז ווי נידעריק א נגע איז, האט עס אין זיך א מעלה וואס אנדערע זאכן האבן נישט, דאס איז דער אמת'ער באווייז פונעם אויבערשטנס חסד, אז דער אויבערשטער ברענגט די אלע זאכן בדרך נס כדי אז יידן teshuvah תשובה טאן, העלפט teshuvah יידן תשובה טאן, און דאס אויכעט אז די כלים אפילו באווארנט דער chesed זאל נישט טמא ווערן, ווייל chesed באווייזט די אמת'ע חסד פונעם אויבערשטן צו די יידן.