Parshas Tazria-Metzora
Why Leprosy's Impurity Was So Severe
Part of Vayikra
A short class on Parshas Tazria-Metzora exploring the unusual severity of tzaraas impurity, and the lesson of leading with kindness before rushing to harsh judgment.
Audio Transcript
א ווארט מיר רעדן אויף היינטיגע פרשה, פרשת תזריע מצורע. מיר ווילן רעדן וועגן אן ענין וואס רעדט זיך אין פרשת מצורע. סוף מעשה איז מצורע רעדט זיך וועגן כלים וואס קענען ווערן טמא אויב טומאה, א מענטש וואס איז טמא, אדער אן אנדערע טומאה, רירט אן די כלי. און דארטן איז דא א דין אז א כלי חרס, א כלי וואס איז געמאכט געווארן פון ערד, קען נישט טמא ווערן מאחוריו, פון דעם הינטערשטן חלק. עס קען נישט טמא ווערן פון דרויסן. אויב טומאה רירט עס אן פון דרויסן, ווערט עס נישט טמא. יעדע דין וואס איז דא אין הלכה, האט אין זיך א הוראה אין עבודת השם. דער רבי איז מסביר וואס איז די הוראה אין עבודת השם פון דעם ענין אז א כלי חרס קען נישט ווערן טמא מאחוריו, פון דעם אונטערשטן הינטערשטן חלק, פון דעם דרויסן? דער רבי איז מסביר אזוי, אין רוחניות די ענין פון כלי חרס באווייזט אויף א מענטשן. שטייט אויף א מענטשן, אדם יסודו מעפר, א מענטש זיין יסוד איז פון עפר, פון זאמד. נו, דאס איז דער ענין פון א מענטש. אין א מענטשן גופא איז דא צוויי חלקים: ס'איז דער גוף און דער נפש, דער גוף און די נשמה, דער נפש. און ס'איז דא ענינים וואס דער מענטש טוט מצד דעם נפש: Torah, mitzvot, אזעלכע גוטע זאכן. און ס'איז דא א חלק וואס ער טוט מצד דעם גוף: דאס איז עסן און טרינקען און די אלע סארט זאכן. קען דאך א מענטש טראכטן אז וויבאלד אז ער איז מחויב צו פארנעמען זיך מיט די גשמיות'דיגע זאכן, אזוי האט דער אויבערשטער געמאכט אז א מענטש מוז עסן און טרינקען, אבער מצד דעם וואס ער איז אין גשמיות'דיגע קנינים קען ער טמא ווערן, קען דאס אים אראפנידערן אין זיינע מדרגות, קען טמא ווערן. אויף דעם שטייט דא אז א כלי חרס, וואס דאס באווייזט אויף א מענטשן, קען נישט טמא ווערן מאחוריו, פון דעם הינטערשטן חלק. ווייל מיר פארשטייען אז ס'איז דא די צוויי זאכן, דער גוף און די נשמה. דער גוף איז די אינעווייניגסטע, דער גוף איז די אמת'ע זאך, די נשמה מיין איך איז די אמת'ע זאך. דער גוף איז פון דרויסן, דער גוף איז א קלענערע חלק, דאס הייסט מאחוריו. שטייט דא אז א כלי חרס, וואס דאס גייט אויף א מענטשן, קען נישט טמא ווערן מאחוריו. קען נישט טמא ווערן, זאל ער נישט מורא האבן אז ער וועט טמא ווערן פון דעם וואס ער איז פארבונדן און פירט זיך אין ענינים פון אחוריו, פון די גשמיות'דיגע ענינים וואס ער דארף טון. אבער אויף דעם איז דא א תנאי. דער תנאי איז אז ער דארף בלייבן פילנדיג א כלי חרס. א כלי חרס איז געמאכט געווארן פון זאמד, האבן מיר געזאגט פריער. זאמד, עפר, באווייזט אויף ביטול, אויף ענוה. אין Shmoneh Esreh זאגט מען, ונפשי כעפר לכל תהיה, אז איך זאל זיין אזוי ווי עפר, אזוי ווי זאמד פאר יעדן איינעם, דאס מיינט אן ענין פון ביטול, אן ענין פון עניוות. איז זאמד איז עניוות. אז מען פילט, אז מען איז א כלי חרס, מען האט די עניוות, מען האט די ביטול, יעמאלט דארף מען נישט מורא האבן אז מען וועט טמא ווערן מאחוריו בשעת מען איז פארבונדן מיט די ענינים פון אחוריו. ווייל די ביטול האלט אפ אז די טומאה זאל פועל'ן אויפן מענטש. נו, הגם דער מענטש איז פארבונדן מיט די גשמיות'דיגע ענינים, אבער פון דעסטוועגן, וויבאלד אז ער האט ביטול, וועט ער נישט טמא ווערן פון דעם. מה שאין כן אויב ער איז נישט קיין כלי חרס, דאס הייסט ער האלט זיך גרויס, ווייל דאס איז כלי עץ, א כלי געמאכט פון האלץ. האלץ וואקסט, דאס הייסט עס ווערט גרעסער. ס'האלץ באווייזט אויף גרויסקייט, דאס הייסט אויף גאוה, ישות. כלי מתכת, כלי מתכת איז א כלי וואס איז געמאכט געווארן ס'איז פון אייזן, שטארק. דאס הייסט אז ער איז פארבונדן שטארק מיט די גשמיות, יעמאלט טאקע קען ער טמא ווערן בשעת ער איז פארבונדן מיט די גשמיות. אבער אויב ער איז א כלי חרס, ער פילט זיך ווי א כלי חרס, ער האט דעם ביטול, יעמאלט מאחוריו, פון די גשמיות קען ער נישט טמא ווערן, ווייל ער האט די זאך וואס היט אים אפ, דאס וואס ער איז בטל. מיר קענען דאס פארבינדן מיט דעם וואס מיר זאגן אין Machzor Rosh Hashanah Yom Kippur, אדם א מענטש איז משול כחרס הנשבר. א מענטש איז אזוי ווי א חרס וואס איז צעבראכן. איז ווי געזאגט, כלי חרס אליין באווייזט אויף ביטול. חרס הנשבר באווייזט דאך מער אויף ביטול! אזוי ווי ס'שטייט לב נשבר ונדכה, דאס הארץ דארף זיין צעבראכן, א מענטש דארף פילן בטל, דאס הייסט ער האט א צעבראכן הארץ, פילנדיג אז ער איז נישט ווי ער דארף צו זיין, ער ווערן בעסער. איז דער ענין פון חרס הנשבר יעמאלט איז מען באווארנט אז מען זאל נישט טמא ווערן מאחוריו. אבער אויב חס ושלום מען האט נישט דעם ביטול, יעמאלט דארף מען מורא האבן, אז ס'קען זיין אז די גשמיות וועט אים אראפנידערן און טמא מאכן. אבער אויב ער האט ביטול, יעמאלט וועט דאס אים אפהיטן אז ער וועט נישט טמא ווערן מאחוריו.