Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
BEREISHIT

Parshas Vayeira

The eshel guest who only thanked Hashem to avoid a bill — and why that thanks still counted.

Part of Bereishit

At his eshel in Be'er Sheva, Avraham fed travelers and then asked them to thank Hashem for the meal; when someone refused, he presented a bill for everything eaten and let the pressure of payment push the guest into thanking Hashem instead. On the surface those forced words look meaningless, but because Avraham had already spent the meal explaining Hashem's unity to his guest, the words only needed the pressure to break through a blockage standing in the way of understanding already absorbed. The takeaway is that spreading emunah sometimes means working to clear away whatever is blocking someone's mind, not just repeating the explanation louder.

Audio Transcript
Avraham's eshel and bringing guests to thank Hashem

א ווארט פון רבי'ן אויף היינטיקע פרשה, Parshas Vayeira. סוף Parshas Vayeira רעדט זיך, שטייט אין פסוק: ויטע אשל בבאר שבע ויקרא שם בשם ה' קל עולם. Avraham Avinu האט איינגעפלאנצט אן אשל, דאס איז אן ארט פאר געסט אין Be'er Sheva, און דארטן האט ער אויסגערופן דעם נאמען פון דעם אויבערשטן. Rashi איז מסביר אז דורך דעם אשל איז דער נאמען פון דעם אויבערשטן געווארן באוואוסט אין דער גאנצער וועלט, ווייל ער פלעגט זיי געבן עסן און טרינקען, נאכדעם פלעגט ער זיי זאגן: יעצט בענטשט, דאנקט דעם וואס ער האט אייך געגעבן די עסנס, אבער איר זאלט וויסן אז ס'איז נישט געווען מיינס, ס'איז אלץ דעם אויבערשטנס, און זיי האבן געדאנקט דעם אויבערשטן. איז דורך דעם עסן האט ער געבראכט אז זיי זאלן דאנקען דעם אויבערשטן. אין Midrash שטייט אז סתם איז געווען איינער וואס האט נישט געוואלט דאנקען דעם אויבערשטן, האט אים Avraham Avinu געזאגט: א, אויב אזוי דארפסטו מיר באצאלן אלץ וואס איך האב דיר געגעבן. ער האט געמאכט א גאנצן חשבון וואס ער האט געגעבן צו עסן צו טרינקען מיט גרויס וויפל טייער ס'איז, ובפרט אז ס'איז אין א מדבר, אין א מדבר איז דאך נישטא אזוי פיל די זאכן, ס'איז נאך טייערער, און געמאכט א גאנצן bill ווי מען זאגט וואס ער זאל דארפן באצאלן, און געבראכט אויף זיי א לחץ, a pressure. און כדי צו פטור ווערן פון דעם pressure האבן זיי געזאגט: גוט, איך וועל דאנקען דעם אויבערשטן. ווייל ער האט געזאגט: אויב איר דאנקט דעם אויבערשטן דארפט איר נישט באצאלן. איז דער pressure געפועלט אז זיי זאלן זאגן: יא, מיר דאנקען דעם אויבערשטן, בענטשן דעם אויבערשטן.

The question: what's gained by thanks given only under pressure

פרעגט דער Rebbe: וואס איז דער pshat? וואס האט מען אויפגעטאן מיט דעם וואס מען האט זיי געפועלט אז זיי זאלן זאגן די ווערטער ער דאנקט דעם אויבערשטן? זיי האבן דאך עס נישט געמיינט, ווארום זיי האבן נישט געוואלט, האבן זיך דאך נישט געמיינט, נאר כדי צו פטור ווערן פון דעם bill האבן זיי געזאגט דאנקען דעם אויבערשטן. וואס האט מען אויפגעטאן מיט דעם?

Breaking the blockade that keeps the truth from sinking in

און דער Rebbe איז מסביר דער pshat איז אזוי: בשעת זיי זענען געווען ביי Avraham Avinu, געגעסן און געטרונקען און איינגעשטאנען ביי Avraham, האט ער די גאנצע צייט גערעדט מיט זיי און מסביר געווען זיי די אחדות השם, די אמת'קייט פון דעם אויבערשטן, און זיי האבן פארשטאנען. דערפאר בשעת ס'איז געקומען צו דאנקען דעם אויבערשטן האבן זיי טאקע געדאנקט באמת, זיי האבן געמיינט וואס זיי זאגן, ווייל זיי האבן שוין פארשטאנען אז אלץ קומט פונעם אויבערשטן. ס'איז געווען אבער אזעלכע וואס האבן עס נישט געוואלט טאן, האט Avraham Avinu געזען אז ס'איז נישט דער פשט ווייל דאס וואס ער איז מסביר געווען האט זיך נישט אפגעלייגט ביי זיי. ס'איז געווען אפילו שכל'דיקע מענטשן, מען קען פארשטיין, נאר א מאל יא פאראן וואס ס'איז דא א זאך ווי מען זאגט a blockade, א זאך וואס פארשטעלט און לאזט נישט די סברא וואס מען זאגט זיי, וואס ער איז א בעל שכל, זאל דורכגיין. עפעס ווי מען זאגט a blockade, עפעס איז דא עפעס א זאך וואס שטעלט אפ, דאס פארהאקט און ס'לאזט נישט. וואס מען דארף טאן איז אויב מען קען דורכברעכן דעם blockade, יעמאלט וועלן זיי פארשטיין די אלע הסברים וואס מען גיט זיי. און דאס איז געווען דא. אז Avraham Avinu האט געזען אז זיי ווילן נישט זאגן, האט ער געזען אז דאס איז נישט ווייל זיי פארשטייען נישט, נאר עפעס איז דארטן פאראן וואס דערלאזט נישט. מיט דעם וואס ער האט זיי געמאכט א pressure, מיט דעם וואס ער האט זיי געזאגט איר מוזט באצאלן, וואס ער האט געמאכט זיי פיל שווער, דאס האט צובראכן, ווי מען זאגט, דעם העלם והסתר. ממילא די אלע סברות וואס ער האט זיי מסביר געווען פריער האט זיך שוין אנגעהויבן אפלייגן ביי זיי אין שכל. אי דערפאר בשעת זיי האבן געזאגט מיר ווילן נישט באצאלן, און ווייל זיי האבן געהאט דעם pressure, ס'האט זיי געקוועטשט, האט דאס צובראכן דעם העלם, דעם הסתר, דער פארשטעל, וממילא בשעת זיי האבן געזאגט מיר דאנקען דעם אויבערשטן האבן זיי דאס טאקע געמיינט, ווייל זיי האבן יא פארשטאנען. וואס פון דעם זעט מען בכלל מען דארף טאן אלץ וואס מען קען צו פועל'ן אויף אלעמען אז מען זאל דערהערן די אמת'קייט פון דעם אויבערשטן, און א מאל פאראן וואס מען זעט אז ס'איז דא עפעס א זאך וואס blocks out, פארשטעלט, ס'לאזט נישט דורכגיין, קען מען, דארף מען ארבעטן צו פועל'ן אז ס'זאל יא דורכגיין.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00