Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
HALACHA, HASHKAFA AND PARENTING

יום עיון במשנתו של הרבי: החידוש של חסידות והדרכה בחינוך ילדים

Part of Halacha, Hashkafa and Parenting · 2:25:56

A Yom Iyun in Yiddish on the Rebbe's teachings, held ahead of the Rebbe's yom hilula: what Chassidus is and what it means to live a Chassidic life (based on the Rebbe's 19 Kislev 5726 sichos), followed by practical guidance in chinuch — not shaming a child, especially in front of others, and when a boy should go away to yeshiva.

Audio Transcript
מיר וועלן זיך צוזעצן איצט איבערגיין צו דעם צווייטן חלק פון דער מסיבה פון דעם יום עיון במשנתו של הרבי אין צוזאמענהאנג מיט די קומעדיגע יום הילולא. און ווי מען האט פריער באצייכנט ביי דעם אנהויב פון דער מסיבה וואס דער רבי ברענגט פון רבי נחום מטשערנאביל אין נאָמען פון בעל שם טוב, אז בשעת מען לערנט תורה פון א צדיק איז דאס, זאגט ער אפשר, די זעלבע זאך פון השתטחות על קברי צדיקים. ס'איז פארשטאנדיג דערפון, אז בשעת מיר באצייכענען די הילולא און פראווענען די הילולא איז דער פאסיגסטער וועג דערצו דורך פארטיפן זיך אין דער תורה פון רבי'ן. דאס איז בכלל וועגן אלע דברי תורה, ספעציעל ווען מען רעדט וועגן אזעלכע דברי תורה וואס זענען לעבעדיקע תורה, לעבעדיקע ווערטער פון תורה, אקטועלע דברי תורה וואס האבן א שטארקע ווירקונג אין טאג-טעגלעכן לעבן, איז דאך אוודאי און אוודאי, אז די ווערטער מאכן, ווען מען טוט זיך אריין אין די דברי תורה, איז די דברי תורה פארבינדן אונז און דאס איז אן ענין פון השתטחות על ציון הקודש. דערפאר איז גאר גאר וויכטיג אפשר דעם חלק פון דעם יום עיון וואו דאס איז מחשבת החסידות. אין דעם חלק פון דעם יום עיון וועט מען באהאנדלען די שאלה פון חסידות מהו און וואס מיינט עס בפועל ממש ווען מען זאגט אז מען דארף לעבן א חסידיש לעבן, וואס גענוי איז דאס. די שאלה 'וואס איז חסידות' איז אן אלטע שאלה. מיר געפינען שוין אין שיחות, אז גדולים וחסידים אין די פריערדיגע דורות האבן געפרעגט די שאלה 'וואס איז חסידות, וואס האט חסידות אויפגעטון?'. די שאלה האט דער רבי באהאנדלט אין א סך א סך שיחות, אבער וואס איז גאר בולט איז געווען מיט צוויי און דרייסיג יאר צוריק אין יאר תשכ\"ו, ווען דער רבי האט אנגעהויבן י\"ט כסלו רעדן א גאנצע סוגיא, ווי מען זאגט דאס, א גאנצע... זיך פארנומען מיט דער שאלה 'וואס האט חסידות אויפגעטון?'. און דאס האט ער גערעדט בהמשכים, עס האט זיך געצויגן איבער א סך א סך פארברענגענס איבער דעם גאנצן ווינטער. און דאנאך אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט האט דער רבי ארויסגעגעבן דעם תוכן פון די רייד אין א ספעציעלן קונטרס וואס דער קונטרס הייסט 'ענינה של תורת החסידות'. און ביי קיינעם איז קיין ספק נישט די וויכטיגקייט פון א לעבן א חסידיש לעבן, באזירט דאך אויף די עליה פון דער נשמה פון בעל שם וואס ער האט געפרעגט 'אימתי קאתי מר?' און משיח האט אים געענטפערט 'לכשיפוצו מעינותיך חוצה'. וואס קען זיין וויכטיגער פון דער גאולה פון כלל ישראל און שכינתא בגלותא? און משיח זאגט דעם בעל שם טוב אז דאס אלץ איז אפהענגיק אין די מעינות פון חסידות פון בעל שם טוב. קען דאך נישט זיין קיין וויכטיקע זאך, איז ביי קיינעם קען נישט זיין קיין ספק נישט די וויכטיגקייט און די נחיצות פון לערנען חסידות און לעבן א חסידיש לעבן. אבער די שאלה איז, די פשוטע שאלה, וואס איינער פרעגט דאס, ער פרעגט עס ביי זיך, ביי זיך אין הארצן, ער פרעגט א צווייטן, פאר די וואס רעדן, די וואס פרעגן דאס בכלל נישט, אבער זיי דארפן דאס פרעגן, איז: וואס מיינט עס אבער חסידות? היינטיקע פראגראם, דעם חלק פון פראגראם, וואס וועט איבערגעבן פאר אונז א תוכן פון די שיחה פון רבי'ן, פון דעם קונטרס פון רבי'ן, מיר האבן א גרויסן כבוד אז אונזער רעדנער וואס וועט דאס איבערגעבן הרה\"ג יודל לייב שפירא שליט\"א, וואס ער איז דער ראש ישיבה אין דער ישיבה אין מיאמי, אויך מרא דאתרא אין בית הכנסת בית מנחם אין פלארידא. מיט פינף און צוואנציג יאר צוריק האט דער רבי אים געשיקט דארטן עפענען די ישיבה, און ברוך השם די ישיבה איז געוואקסן, א שיין דבר, און... טעיפס זענען מפורסם וואס איז אבער אפשר נישט אזוי באקאנט איז אז הרב שפירא פון גאר יונגע יארן זיינע איז ער געווען אריינגעטאן אין דעם רבין'ס שיחות ער האט געחזר'ט די שיחות און פארצייכנט שיחות אלס גאר מיט זיין גוואלדיקע כשרונות האט ער געחזר'ט און געשריבן פון גאר א יונגער בחור און דער רבי האט אים אפילו ממנה געווען צווישן א קליינע קבוצה פון בחורים צו העלפן הגאון החסיד רבי יואל אין די חזרה פון די שיחות און פארצייכנען די שיחות דעריבער איז דאס א דבר הכי מתאים אז הרב שפירא שליט\"א זאל זיין דער וואס זאל קענען איבערגעבן אט דער קונטרס פון רבין דער קונטרס פון ענין של תורת החסידות און איצט בכבוד גדול הרב שפירא ערשטע זאך בין איך זיך משתתף מיט דעם אכסניה וואס הרב שכנא האט געמאכט פריער און צווייטע זאך אין אינגליש דעיר איז א סעיאינג איטס א הארד עקט טו פאלאו אבער איך זאל משתדל זיין ווארום די סוגיא וואס איך דארף רעדן קען זיין מעט ווי השתדלות ס'איז א זייער שווערע סוגיא ס'איז זייער שווער צו דעפינירן חסידות מהו וואס איז חסידות ווארום מען ווייסט דאך אז אין א סאך ספרים ווערט ארומגערעדט וואס חסידות איז און שטייט געוויסע אנדערע ענינים וואס חסידות מיינט נאר מען דארף דעם גרונט פון זאך וואס איז די נקודה וואס דאס איז דער מקור פון אלע זאכן דאס הייסט מען דארף זאגן אז ס'איז דא איין נקודה וואס דאס איז די נקודה עצמית וואס חסידות איז און די אלע אנדערע זאכן וואס שטייען אין ספרי חסידות וואס זאלן מסביר זיין וואס דער דרך החסידות איז זענען אלץ אן השתלשלות פון די איין נקודה און ס'איז זייער שווער זיך אריינטראכטן וואס איז די נקודה וואס חסידות מיינט דער רבי אין דעם קונטרס אין קונטרס ענין תורת החסידות איז דער רבי מסביר דארט דער רבי בעיקר רעדט דארטן מסביר זיין וואס איז די נקודה עצמית פון תורת החסידות פון לימוד החסידות דאס הייסט די נקודה עצמית פון די חכמת החסידות חכמת החסידות איז דאך א גאנצע תורה אבער מען ווייסט דאך אז אין חסידות איז דא צוויי חלקים ס'איז דא דרכי החסידות און ס'איז דא תורת החסידות אבער אז מיר לערנען דעם קונטרס און מען טראכט זיך אריין וואס דער רבי איז דא מסביר אינעם ענין וואס תורת החסידות איז פון דעם קען מען ארויסנעמען וואס איז די נקודה פון דרכי החסידות דאס הייסט וואס איז די נקודה פון דעם דרך הבעל שם טוב וואס דער בעל שם טוב האט מחדש געווען און מייסד געווען מיט דעם דרך החסידות און די אלע אנדערע ענינים וואס רעדט זיך ארום וועגן דרך החסידות זענען אלץ פרטים וואס זענען אן השתלשלות וואס קומען ארויס פון די נקודה עצמית וואס מען וועט זען פון דעם קונטרס וואס דער רבי איז דא מסביר ס'איז כדאי איידער מיר גייען צו צו מסביר זיין א כל פנים משתדל זיין זיך מסביר זיין וואס די נקודה איז איז כדאי אביסל דורכצוגיין די היסטאריע פון חסידות א זאך וואס אלע ווייסן פון דעסט וועגן איז כדאי פשוט כדי צוגיין צו דעם ענין אנהייבן פאר א פאר סעקונדס מסביר זיין דעם ענין פון די היסטאריע דאס איז א זאך וואס מען טוט אלע מאל אלע יידן ווייסן וואס איז דער ענין פון יציאת מצרים און פון דעסט וועגן קומט פסח איז דא א מצוה לספר ביציאת מצרים אלע ווייסן די מעשה פון די מגילה און אלע יארן איז דא א מצוה לייענען די מגילה איז א גאנץ א זאך וואס מען ווייסט פון דעסט וועגן איז כדאי דורכצוגיין אלע ווייסן אז דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן מיט דריי הונדערט יאר צוריק היינט איז שנת תשנ\"ח דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן אין שנת נח\"ס תנ\"ח מיט דריי הונדערט יאר צוריק ח\"י אלול שנת נח\"ס שנת נח\"ס איז געווען נישט אזוי פיל יארן נאך די גזירות ת\"ח ות\"ט נח\"ס איז תנ\"ח און דאס איז געווען ת\"ח ות\"ט ס'איז געווען נישט קיין סאך יארן נאך דעם וואס ס'איז געווען דער שבתי צבי ימח שמו וואס ער האט געבראכט א חורבן צו יידישקייט און יענע צייט איז געווען דער מצב פון יידישקייט אין דער וועלט געווען זייער א מצב ירוד און דער בעל שם טוב מיט זיין דרך החסידות האט פשוט אפגעלעבט יידישקייט ווי ס'איז פאראן א באוואוסט ווארט וואס ברענגט זיך דאכט זיך בשם רבי פינחס קאריצער אז אזוי ווי ס'איז דא א כלל אז בשעת איינער חלש'ט און ס'איז דא אלע מיני השתדלות וואס מען זוכט אים אויפוועקן און עס העלפט נישט איז דא נאך א זאך וואס מען קען טאן מען זאל אים אריינזאגן זיין נאמען אין זיין אויער און דאס האט און דער אויבערשטער האט אנגערופן כלל ישראל מיט דעם נאמען. און ער האט אריינגעשיקט די נשמה פון בעל שם טוב וואס ער הייסט ישראל, דאס איז דער נאמען פון כלל ישראל, און מיט דעם האט ער אויפגעוועקט כלל ישראל פון די התעלפות. אבער לפי זה דארף אויסקומען אז דער חידוש פון תורת הבעל שם טוב, פון דרך הבעל שם טוב, איז פאר אזעלכע מענטשן וואס זענען געווען אין התעלפות. פאר זיי האט געהאלפן דער דרך. און דאס איז אמת, ס'איז טאקע אזוי געווען. אלע ווייסן אז ס'איז געווען א סך אנשים פשוטים, די וואס ווייסן נאר א ביסל די היסטאריע פון חסידות, געווען א סך אנשים פשוטים אין יענער צייט וואס האבן נישט געהאט די געלעגנהייט אפצולערנען, פארדעם זענען זיי געווען נאך די גזירות ת\"ח ות\"ט וואס מ'האט געהרג'ט געווארן הונדערטער טויזנטער אידן, טויזנטער קהילות חרוב געווארן, און קינדער א סך זענען געבוירן געווארן נישט געהאט קיין געלעגנהייט לערנען. האבן זיי נישט געקענט לערנען, עם הארצים גדולים, זענען אפילו נישט געוואוסט וויאזוי מקיים זיין די מצוות כפשוטן. און די בני תורה פון יענער צייט האבן זיך נישט געוואלט פארנעמען מיט זיי. ס'איז געווען גרויסע בני תורה, גדולי עולם, אבער זיי האבן זיך נישט געוואלט פארנעמען. און א גרויסע גרויסער חלק פון כלל ישראל וואלט פארפאלן געווארן ווען נישט דער בעל שם טוב. און דער בעל שם טוב האט אריינגעבראכט א חיות. אבער לפי זה דארף אויסקומען אז דאס איז א פיינער דרך, דאס איז א דרך פאר אנשים פשוטים, א דרך פאר די וואס זענען געווען אין התעלפות, אין נישט געווען טאקע בני תורה, פאר זיי איז דאס א דרך. ש'אבער נישט אזוי, חס ושלום, ס'איז נישט אמת. הונדערטער הונדערטער און טויזנטער גאוני עולם, טויזנטער צדיקים, טויזנטער בעלי מדרגה האבן זיך דבוק געווען אין דרך הבעל שם טוב און געקומען צו מיט'ן בעל שם טוב. אין אנדערע ווערטער דער דרך הבעל שם טוב איז נישט קיין דרך דווקא פאר אנשים פשוטים, ס'איז נישט קיין דרך דווקא פאר אנשים גדולים, אנשים צדיקים, דאס איז א דרך וואס איז פאר אלע אידן, פון דער נידריגסטן פשוט'ן ביז'ן העכסטן בעל מדרגה, און אלע דרגות אינצווישן. פאר וואס, ווייל ס'איז דא א נקודה עצמית וואס מ'וועט שפעטער מסביר זיין, וואס דאס איז די נקודה עצמית פון דעם דרך הבעל שם טוב, און וויבאלד דאס איז א נקודה עצמית איז דאס שייך צו אלעמען. דאס דאך ווער עס לערנט א ביסל חסידות ווייסט אז דער גאנצער גאנג, דער גאנצער פשט פון א ווארט 'עצם' מיינט אז ס'איז אומעטום. אויב דאס איז דער עצם, די עסענס פון א זאך, קען דאך נישט זיין אז אין איין חלק איז דאס פארהאן און אין איין חלק איז דאס נישט דא. איז דאס דער דרך הבעל שם טוב אן עצמות'דיגער ענין וואס איז דא אומעטום ביי אלעמען, און ס'איז שייך פאר אלעמען. דאס איז דער דרך הבעל שם טוב. נאר מען דארף זיך דערגרונטעווען וואס איז דא די נקודה עצמית פון דרך הבעל שם טוב, פון דרך החסידות, וואס פון דעם קומט ארויס א השתלשלות פאר אלעמען. בכלל שטייט אין ספרים, אין געוויסע אנדערע ספרים, אנדערע ענינים וואס חסידות מאנט. אין אנדערע ספרים שטייט אז חסידות מאנט שמחה, אלע ווייסן, 'עבדו את השם בשמחה'. די וואס ווייסן די היסטאריע ווייסן אז אין די ערשטע צייט פון די תלמידי בעל שם טוב, איידער זיי האבן נאך געהאט דעם נאמען, איז א סך מענטשן פלעגן זיי אנרופן 'די פריילעכע', ווייל זיי האבן געוואוסט אז ס'איז געווען מענטשן פריילעכע, נישט ווי די אנדערע אלעמאל געגאנגען פארכמורעט. זיי זענען געווען בעלי שמחה. איז חסידות מאנט שמחה, 'עבדו את השם בשמחה'. אנדערע ספרים שטייט אז חסידות מאנט מען זאל זיין זהיר אין אמת. אין אנדערע ספרים שטייט אז חסידות מאנט מ'זאל דאווענען תפילה בכוונה, חסידים דאווענען מיט מער כוונה. חסידות מאנט מען זאל זיין א בעל מסירות נפש אויף א רמה פון גמרא. די גמרא זאגט בנוגע ציפורניים אז הזורקן רשע, הקוברן צדיק, השורפן חסיד. פאר וואס, ווייל אויב מען ווארפט אוועק ציפורניים קען דאס שאטן אן אשה מעוברת. איז א פאר דעם וואס איז הזורקן איז א רשע, קוברן איז שוין א צדיק, אבער מ'קען דאך נישט וויסן עס קען זיך עפענען, משא\"כ שורפן מאכט ער זיכער אז עס וועט קיינעם נישט שאטן. און תוספות זאגט אז דער כלל איז אז איינער פארברענט א חלק פון זיין אייגענעם גוף שאט עס אים, איז א חסיד דער פשט דער וואס גיט אוועק פון זיך הגם עס שאט אים כדי זאל נישט שאטן קיין צווייטן. ס'איז אויך א ענין פון חסידות. מ'ווייסט אז ביי חסידים איז א גרויסער דגש אויף מצוות בהידור, מ'זעט טאקע חסידים זענען די וואס לייגן צוויי פאר תפילין, חסידים גייען מיט וואלענע טלית קטנ'ס, חסידים זענען מהדר במצוות בתכלית השלמות, מ'עסט נישט שרויה, אלע זאכן, חסידות מאנט דאס. חסידות מאנט ביטול, ענווה, חסידות מאנט אז א איד זאל זיין אן עניו. חסידות מאנט מען זאל משנה זיין טבע מיט דעם וואס מ'לערנט ספרי חסידות, מאנט מען נאך אן ענין מען זאל משנה זיין די טבע פון די אייגענע מידות. חסידות מאנט אזוי פיל זאכן. און ס'איז אמת, די אלע זאכן זענען אמת. אבער עס מוז זיין עפעס א נקודה עצמית וואס איז דא אין חסידות וואס די אלע פרטי פרטים וואס חסידות מאנט זענען א השתלשלות פון דאס וואס חסידות מאנט די נקודה. וממילא קומט ארויס די אלע פרטים. דאס הייסט אז דער דרך החסידות - און איך רעד ווייל לויט דעם מאמר וואס דאס איז - דער דרך החסידות איז א זאך וואס איז משנה דעם גאנצן מענטשן. ובמילא וויבאלד דער מענטש איז געווארן אן אנדערער, וממילא איז אלע אנדערע זאכן קומען ארויס ווי ס'דארף צו זיין. דאס הייסט אזוי, ס'איז נישט ווי מענטשן מיינען אז ס'איז דא א סאך דרכים ווי צו דינען דעם אויבערשטן. הרבה דרכים למקום, ווי ס'שטייט אין א רש\"י טייטש, הרבה דרכים אויף דער וועלט למקום צום אויבערשטן. צווישן די דרכים איז אויך דא דער דרך החסידות. און דאס פירט אהין, אבער כל הנחלים הולכים אל הים און אלע קומען צום זעלבן נקודה. ס'איז נישט אזוי. אלע דרכים זענען טאקע אמת, קיינער זאגט נישט חס ושלום אז נישט, און זיי פירן טאקע צו א הויכע מדריגה. אבער דער דרך החסידות איז נישט דער פשט דאס איז א דרך מבין הדרכים. דער פשט איז דא א נקודה עצמית וואס איז כולל אלע זאכן. ובמילא די אלע פרטים וואס איר רעדט זיך אין ספרי חסידות, אט די אלע פרטים זענען אנדערש, איינער טוט אין יעדן פרט, ווי זונדער טוט מען אין דעם לויט ערך וויפיל מ'קען טאן אין דעם. און מען טוט אין איין פרט, דער טוט אן אנדער פרט, דער טוט אין צוויי פרטים, אין דריי פרטים. אבער אויב דאס איז מיט א דרך החסידות וואו דאס איז א נקודה עצמית, יעמאלט פועל'ט דאס אויף אלע אנדערע זאכן. אויף אלע אנדערע ענינים. וואס דאס איז דאך דער ענטפער אויף אלע פראגן, וואס איז דא דעם חידוש פון חסידות? מען זעט אז ס'איז געווען א סאך גרויסע אידן פארן דרך החסידות, פארן דרך הבעל שם טוב, און זיי האבן פול געטאן א סאך פון די ענינים, אנדערע זענען געווען גרויסע ענוים און אנדערע האבן געלערנט תורה לשמה, מ'האט געלערנט מיט גרויס כוונה, מ'האט געדאוונט מיט התלהבות, אלע זאכן. און אפילו היינט איז דא אזעלכע וואס זענען נישט קיין חסידים און גייען נישט פון דרך החסידות, מ'זעט אויך אנדערע טוען א סאך אין בין אדם לחברו, אנדערע טוען אין תפילה בכוונה. וואס דרך אגב, דער אמת איז אז אפילו די קרייזן וואס זענען נישט חסידים זענען אויך מושפע געווארן פון דרך החסידות, דאס ווייסט מען, מ'קוקט אריין אין די אלע שיעורים וואס זיי זאגן, די השקפה זאכן, וואס מיט יארן צוריק איז דאס נישט געווען, דאס איז השפעה פון חסידות. אבער ווי נישט ווי זענען זיי נישט קיין וואס מ'זאגט אפיציעלע חסידים. ואף על פי כן טוען זיי א סאך פון די זאכן. אבער דער פשט איז ס'איז דא א חילוק צי מ'טוט אין א פרט אדער אין אן אנדער פרט, אדער מ'טוט ס'איז דא א נקודה וואס בייט איבער דעם מהות פון דעם מענטשן און שטעלט אים אוועק אויף אן אנדער מצב, וואס בדרך ממילא איז די אלע אנדערע זאכן קומען שוין אלס הסתעפות. איז ערשטנס איז דא אלע זאכן, און צווייטנס די זאכן אליין זענען שטארקער. שטארקער ווי ווען מ'טוט אין דעם אין אן אופן פרטי אדער מ'שטעלט זיך אויף א געוויסן פרט. א ראיה אז דער דרך החסידות דאס איז א דרגה, אן ענין וואס איז א שינוי עיקרי וואס פאסירט, איז פון דעם וואס שטייט אין ספרים, ספרי חב\"ד, ספרי פוילין, ספרי פון די צדיקים פון אונגארן, שטייט אין אלע חסידישע ספרים, אז התגלוות הבעל שם טוב איז געווען התחלת ההתנוצצות פון משיח. און אלע ווייסן דעם בריוו פון בעל שם טוב וואס ער האט געשריבן צום תולדות, וואס מ'האט געהערט פריער, וואס ער האט געפרעגט משיח'ן \"אימתי קאתי מר\", האט ער געענטפערט \"לכשיפוצו מעינותיך חוצה\". איז דאך דער ענין פון דרך הבעל שם טוב פארבונדן מיט ביאת המשיח. הכל מודים אז ביאת המשיח איז נישט דער פשט אז ס'איז דא נאך א דרך. קומט משיח, אזוי ווי ס'איז דא אזוי פיל אזוי פיל דרכים וואס מ'גייט צו דעם אויבערשטן, ס'וועט קומען משיח איז נאך א דרך ווי צו גיין. ס'איז נישט אזוי. המשיח וועט קומען וועט דאס זיין א שינוי עיקרי אין גאנצע בריאה, דאס וועט זיין א שינוי כללי. דער בעל שם טוב מיט זיין דרך וויבאלד דאס איז התגלות התחלה פון התנוצצות פון משיח, איז דער פשט אז ער האט אנגעהויבן מאכן א שינוי עיקרי, און געפועל'ט דורכגעדרונגען אז עס וועט ווערן א שינוי עיקרי, ובמילא פון דעם וועט ארויס קומען די אלע פרטים. אויב טאקע פארשטיין וואס איז דאס דער שינוי עיקרי וואס דער בעל שם טוב האט געפועל'ט, וואס חסידות מאנט, דער דרך הבעל שם טוב מאנט, דארף מען טאקע פארשטיין פון וואס וועט זיין אזוי בשעת עס וועט זיין דער גילוי המשיח. איז אלע ווייסן, דער וואס האט נאר געלערנט א ביסל תנ\"ך, כל שכן דער וואס האט געלערנט תהלים, געווען פון א ביסל לערנען חסידות, ווייסט, משיח וועט קומען שטייט \"ולא יכנף עוד מוריך\", דער אויבערשטער וועט נישט זיין פארשטעלט. \"ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחד כי פי ה' דיבר\". דאס הייסט עס וועט זיין דער גילוי פון אלקות. אין פשוט'ע ווערטער: די וועלט וועט אנערקענען דעם אמת. וואס איז דער אמת? דער אמת איז \"אמת ה' לעולם\", דאס איז דער אמת. די וועלט וועט אנערקענען דעם אמת. בשעת ס'האנדלט זיך ביי אנערקענען דעם אמת, לאמיר מסביר זיין: דא איז א סאך דרגות. מיר קענען אנערקענען דעם אמת א ביסל, אנדערע קענען אנערקענען דעם אמת מער. אפילו בשעת... אז מ'רעדט וועגן אנערקענען דעם אמת פון דעם אמת פון דעם אויבערשטן, ווי דער אויבערשטער איז באמת, איז אויך דא דרגות. איינער מער, איינער נאך מער, איינער נאך מער. אין חסידות שטייט אז ס'איז דא עולמות עליונים. דאס פארשטייט זיך חסידות, אין גמרא אין מדרשים ווערט דערמאנט עולמות עליונים עולמות תחתונים. וואס דער פשט עולמות עליונים? עולמות עליונים איז דער פשט אז ס'איז דא איין דרגא אין עולם וואס דארטן דערהערט זיך דער אמת פון אלקות. ס'איז דא א העכערע דרגא אין עולם וואס דארטן דערהערט זיך א מער וועט נתגלה דער אמת פון אלקות, און ס'איז דא א דרגא וואס איז נאך העכער וואס דערהערט זיך נאך מער. דאס הייסט אלץ איז דרגות אין אמת. נישט דער פשט אין איין ארט איז דא שקר און אין איין ארט איז דא אמת, אלץ איז דרגות אין אמת. נאר ס'איז דא שפת אמת און ס'איז דא אמת און ס'איז דא אמת לאמיתו. איז דא דרגות אין דעם הערן דעם אמת. ווי באלד בשעת משיח וועט קומען שטייט \"ולא יכנף עוד מוריך\" ס'וועט נישט זיין מער קיין פארשטעל, איז דער פשט אז משיח וועט קומען וועט זיך דערהערן דער אמת כמשהוא הונדערט פראצענט. און אז מען וויל נוצן די שפראך, ווי ס'שטייט חסידות איז דער פשט אז משיח וועט קומען וועט זיין התגלות העצמות. דאס הייסט דער עצם פון דעם אויבערשטן ווי ער איז בעצם, דאס וועט נתגלה ווערן אין דער וועלט. פארשטייט זיך אז דאס וועט נתגלה ווערן אין דער וועלט דער פשט איז אז מיר, די וועלט, בפרט אידן וועלן זיין כלים אויף צו קענען מקבל זיין אזא גילוי. און דאס איז דער פשט וואס שטייט חסידות, און דאס איז פארשטאנדיק אז משיח וועט קומען וועט זיין דער גילוי היחידה שבנפש. ס'וועט נתגלה ווערן ביי אידן די יחידה שבנפש. וואס מיינט נתגלה ווערן יחידה? מ'ווייסט אז א נשמה האט פינף מדרגות. שטייט אין מדרש \"חמישה שמות נקראו לה: נפש, רוח, נשמה, חיה, יחידה\". דאס הייסט ביי אידן איז דא נוסף אויף דעם וואס א מענטש א איד איז דאך א מענטש און ער לעבט, האט ער דאך אין זיך א נפש וואס גיט אים חיות. דאס איז דאך דער טייטש א מענטש. און דאס איז א נאטורלעכע זאך, ס'א דבר של טבע אז א מענטש לעבט, פונקט ווי להבדיל א גוי לעבט, להבדיל א בהמה לעבט. נוסף אויף דעם לעבן האט דער אויבערשטער אריינגעלייגט אין יעדן אידן אן אנדער גדר הי חיות, וואס דאס איז למעלה מן הטבע און דאס איז א חלק אלוקה ממעל ממש. און אין דעם איז פאראן פינף מדרגות. וואס הייסט פינף מדרגות? ס'איז פאראן מצד די דרגא פון נפש וואס דאס איז די נידעריקע מדרגה, דערהערט זיך דער אמת אין א געוויסער דרגא. מצד די דרגא פון רוח דערהערט זיך דער אמת מער, ביי דער דרגא פון נשמה דערהערט זיך מער, מצד די דרגא פון רוח... יחידה... חיה דערהערט זיך מער. דערנאך איז דא די פינפטע דרגא, די דרגא פון יחידה. דער טייטש פון יחידה איז אז ס'איז דא אין יעדן אידן די נשמה וואס מצד די נשמה, די נשמה פילט דעם אמת כמשהוא. די נשמה פילט דאס. דער מענטש, דער גוף פילט דאס נישט. אבער די נשמה פילט, איז דא די דרגא פון נשמה וואס דאס איז דער עצם הנשמה וואס די דרגא נשמה פילט די עצמיות און די אמתקייט פון דעם אויבערשטן ווי דער אויבערשטער איז, דאס איז דער טייטש יחידה שבנפש. אז משיח וועט קומען, וואס וועט זיין? וועט יעדער איד ווי ער איז אין זיין גוף, וועט ער דערהערן דאס וואס די יחידה דערהערט. דאס וואס יעצט דערהערט מענטש ווי די יחידה שבנפש, וועט יעדער איד דעמאלט דאס דערהערן. און יעדער איד וועט פילן דעם אמת'ן ענין פון גילוי אלקות, דאס הייסט פילן און אנערקענען, אנערקענען די אמתקייט פון דעם אויבערשטן ווי \"אין עוד מלבדו\" ס'איז נישטא קיין זאך חוץ פון אלקות. און ער וועט דאס דערהערן נישט ווי ס'דערהערט נפש אדער רוח אדער נשמה אדער חיה, נאר ווי ס'דערהערט זיך אין יחידה. דאס שטייט זיך דערהערן דער אמת אינעם גוף. דערפאר שטייט און דער רבי ברענגט דאס דא אין דעם קונטרס אז משיח שטייט איז די יחידה הכללית פון כלל ישראל. שטייט אזוי: דוד איז געווען די נפש פון כלל ישראל, נפש. אליהו איז רוח. משה איז נשמה. אדם הראשון איז חיה. און משיח איז די יחידה הכללית. וואס דער פשט משיח איז די יחידה הכללית? ווייל וואס משיח וועט פועל'ן אויף דער וועלט איז אז די וועלט וועט דערהערן דאס וואס די יחידה דערהערט. דאס וואס יעצט ווייסן מיר אז די יחידה דערהערט דאס און דערהערט דעם עצם פון דעם אויבערשטן ווי דער אויבערשטער איז באמת, אן קיין פארשטעל ולא יכנף, די יחידה דערהערט דאס יעצט, וועט דאס דערהערן יעדער איד פשוט בגילוי בפועל. ער וועט פאשעט שטיין דא און דערהערן און פילן און זען דעם אמתקייט פון דעם אויבערשטן. דערהערן דעם עצם פון דעם אלקות, דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען. היינט שטייט איז אויך דא מזמן לזמן וואס ס'שטייט ביי אידן קען זיין דער גילוי עצם הנשמה. אין א צייט פון מסירות נפש, ווען מ'שטייט מיט א ביקס און מ'זאגט אים \"בוק זיך צו עבודה זרה אדער מ'וועט דיך שיסן\", און א איד גייט אויף מסירות נפש, איז בשעת מעשה וועט נתגלה די יחידה שבנפש. וואס דער פשט? די טייערסטע זאך וואס איז דא אויף דער וועלט ביי א מענטשן איז זיין אייגענער לעבן, נישטא קיין זאך. \"עור בעד עור וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו\". און פונדעסטוועגן איז ער גרייט דאס צו געבן פאר דעם אויבערשטן. דאס הייסט ער דערהערט... אז דער אויבערשטער דאָס איז די אמת'ע מציאות. אָבער פונדעסטוועגן ווי ס'איז היינט, אפילו אין אַזאַ פאַל, איז דאָס מיט אַ מאָל א בליץ אַזאַ און נישט דער פשט ער פילט דאָס און ער קען דאָס מסביר זיין און ער לעבט אַזוי. דאָס איז אן איינמאָליקע התגלוּת פֿון יחידה שבנפש. אַז משיח וועט קומען וועט זיין אָט דער גילוי אַזוי אינגאַנצן אַז דער מענטש דער ייד וועט זיין אינגאַנצן פאַרנומען פילן די יחידה שבנפש. דאָס הייסט ער פילט דעם אמת'קייט פון אלקות אַזוי ווי די יחידה פילט. דאָס הייסט גילוי המשיח איז דער גילוי היחידה פֿון אַ נשמה. דאָס איז דער טעם וואָס משיח וועט קומען.דער בעל שם טוב מיט זיין דרך החסידות האָט אָנגעהויבן אַריינדרונגען זאָל אַריינדרינגען אין די יידן אָט דער דערהער פון אין עוד מלבדו אַזוי ווי ס'וועט זיין ווען משיח וועט קומען. מע קוקט אַריין אין תורת הבעל שם טוב מע קוקט אַריין אין די תורה פּשוט די ווערטלאך ס'זענען נישט געווען קיין גרויסע לאַנגע אריכות הביאור אָבער די ווערטלאך אַזעלכע ווי ס'וועט אָנגערופן אין ספרים נשמה ווערטער וואָס דאָס האָט אַרויסגעבראַכט מגלה געווען אין די יידן דעם דערהער דעם אָפּלאָג אַז אין עוד מלבדו. און אן אמתער אָפּלאָג אַז אַזוי ווי ס'הערט זיך מיט מצד יחידה שבנפש אַזוי זאָל אַ ייד בגלוי ווי ער איז א בשר ודם נישט נאָר די נשמה נאָר דער גוף זאָל דערהערן אָט דעם ענין פון אין עוד מלבדו.און ממילא אויב ס'איז דאָ אַזאַ זאַך אויב אַ ייד דערהערט די אמת'קייט פון דעם אויבערשטן ווי עס איז באמת פאַרשטייט זיך אַז אויטאָמאַטיש וועלן די אַלע אַנדערע זאַכן זיין. אויטאָמאַטיש וועט מען דאַווענען בכוונה, אויטאָמאַטיש וועט מען לערנען בהתמדה, אויטאָמאַטיש וועט מען מהדר זיין במיצוות. וואָרעם דאָס איז דאָך דער גאַנצער גדר מע דערהערט אז דער אויבערשטער און אַלץ וואָס גייט מיט דעם אויבערשטן צוזאַמען וואָס דאָס איז דער אויבערשטער און תורה און מיצוות דאָס איז היינו הך איז פאַרשטייט זיך אַז די אַלע זאַכן זיין בגילוי. און אַזוי ווי עס איז עבדו את ה' בשמחה פאַרשטייט מען מען איז בשמחה. איז נישט דער פשט אַז דער בעל שם טוב האָט געמיינט מע זאָל זיין בשמחה. דער בעל שם טוב האָט געמיינט מע זאָל לערנען בכוונה. דער בעל שם טוב האָט געמיינט צו מהדר זיין אין מיצוות גיין אויף מסירות נפש אַלע גרויסע זאַכן. אַוודאי האָט ער געמיינט אָבער ס'איז נישט געווען געמיינט ווייל מע מיינט אַ געוויסן פּרט. דאָס איז געווען געמיינט איין נקודה און די נקודה איז אַז ביי א ייד דאַרף זיך דערהערן אין עוד מלבדו.דער וואָרט אַליין דאָס איז די גרעסטע צוציאונגס קראַפט פֿון דער בעל שם טוב האָט געהאַט פֿון דער באַוווּסטע מעשה פֿון אלטן רעבי'ן. אַז ער געפאָרן איינמאָל אויף אַ וויכוח מיט די וואָס זענען געווען אַקעגן חסידות און ער האָט זיך אַוועקגעשטעלט און ער האָט געזאָגט ער פֿאַר רעדן מיט אַ ניגון האָט דער אלטער רעבי'ן געזאָגט מיט א ניגון טעמו וראו כי טוב ה' פאַרזוכט וועט איר זען אַז דער אויבערשטער איז גוט און האָט געזאָגט אַזאַ האַרץ אַז ס'איז אַריינגעקראָכן אין די הערצער פֿון אַזוי פיל הונדערטער יידן אָבער בשעת ער איז אַוועקגעפאָרן פֿוּן שטאָט האָבן אים נאָכגעלאָפן צענדליקע צענדליקע יונגעלייט גאוני עולם און זיך מדבּק געווען אין שיטה פון אלטן רעבי'ן שיטה פֿון חסידות. ווייל דאָס האָט דערהערט די נקודה פֿון דערהערן דעם אמת'קייט פֿון אלוקות אָט דאָס איז דער דרך הבעל שם טוב און דאָס איז דער דרך החסידות און דאָס נעמט און די אַלע אַנדערע זאַכן קומען שוין אַרויס בדרך ממילא. דאָס הייסט אין אַנדערע ווערטער דער דרך החסידות איז די התגלות פֿון יחידה.נאָר אַזוי ווי אין חסידות ווי געזאָגט פריער איז דאָך צוויי חלקים ס'דאָ דרכי החסידות און ס'דאָ תורת החסידות און אַזוי ווי בכלל אין תורה איז דאָך תורה ומצוות און מיר ווייסן אַז גדול תלמוד שמביא לידי מעשה איב יא אזוי קומט מען צו מעשה דורך לערנען איב יא אזוי קומט מען צו דרכי החסידות דורך לימוד החסידות איז דער דורך תורת החסידות איז דער אמת איז דער רבי מסביר דאָ אין דעם קונטרס באריכות ווי אַזוי די תורת החסידות תורת החסידות א תורה פון חסידות דער חכמה פון חסידות איז אויך פאַרבונדן זעט מען מיט יחידה שבנפש מיט דעם גדר פֿון יחידה. מיר ווייסן אַז פּונקט ווי מיר זאָגן אַז אין נשמה איז פאַראַן נפש רוח נשמה חיה יחידה פינף דרגות און די העכסטע דרגה דאָס איז די דרגה פוּן די נשמה וואָס דערפילט אלוקות דעם אויבערשטן ווי ער איז כביכול בעצם איז אין תורה אויך אַזוי אין תורה אויך זענען דאָ פינף דרגות ס'זעט זיך אין גמרא די גמרא זאָגט אַז כל המשמח את החתן זוכה לתורה שניתנה בחמישה קולות הגם די גמרא זאָגט ווייל דאָ שטייט פינף דאָ שטייט פינף אָבער ס'איז יעדע זאַך מדויק ווייל אין תורה זענען דאָ פינף דרגות. ס'איז דאָך אורייתא וקודשא בריך הוא וישראל כולא חד ביי ישראל איז דאָ פינף דרגות מע געפינט חסידות אין קבלה אַז ביי קודשא בריך הוא איז דאָ פינף דרגות אנוכי ה' אלקיך הוי' איז דאָ פיר אותיות שם הוי' דערנאָך פאַראַן דער אנוכי שטייט אין זוהר וואָס איז דער גדר פוּן אנוכי אנוכי איז העכער פוּן ה' אנוכי איז דלא אתרמיז לא בשום אות ולא בשום קוץ כלל דאָס איז העכער פוּן די ד' אותיות שם הוי' דאָס איז דער אנוכי דאָס איז די דרגה החמישית. איז אין תורה אויך דאָ. אין תורה איז דאָ פשט, רמז, דרוש און סוד. דאָס איז פיר דרגות אין תורה, און דערנאָך איז פאַרהאַן ווי אין תורה דערהערט זיך דער עצם פון אייבערשטן. דאָס הייסט מיט אַנדערע ווערטער, יעדער וואָרט פון תורה, סיי דאָס איז פשט, רמז, דרוש, סוד, איז חכמתו של הקדוש ברוך הוא. צו וואָס רעדן וועגן דעם. יעדער וואָרט איז הייליג און יעדער וואָרט איז פּשוט חכמתו של הקדוש ברוך הוא. פונדעסטוועגן איז דאָס חכמתו של הקדוש ברוך הוא ווי זי איז נתלבש געוואָרן און זיך איינגעשטעלט און איינגעשטעלט אין אַ לבוש. אַז מ'לערנט שנים אוחזין בטלית איז דאָס חכמתו של הקדוש ברוך הוא, דאָס איז דעם אייבערשטנס ווערטער. נאָר ס'איז ווי דעם אייבערשטנס ווערטער זענען אַריינגעשטעלט אין אַ לבוש פון אַ טלית און אַ לבוש פון צוויי מענטשן וואָס איינער איז משקר. הגם די גמרא זאָגט לגבי דעם פאַרגראַדע אַז ס'קען זיין ביידע זאָגן אמת, ביידע האָבן עס געפונען צוזאַמען, אָבער בכלל שש נגח... שור שנגח את הפרה איז איינער משקר. איז די תורה נתלבש געוואָרן אַפילו אין טענה של שקר. אַפילו אַנדערע דרכים אין תורה איז אויך נת- אַפילו סוד, חלק הסוד שבטורה איז אויך נתלבש געוואָרן אין אותיות פון רוחניותדיקע לבושים. ס'איז אָבער דאָ די נקודה וואָס אין תורה דערהערט זיך דער עצם פון אייבערשטן, דאָס דאַרף זיך דערהערן אין תורה. און דאָס איז די דרגא החמישית פּונקט ווי ביי אַ מענטשן איז דאָ די יחידה שבנפש ווייל דאָס איז דער עצם פון אלוקות וואָס דערהערט זיך. וואָס דאָס דער- דער חלק פון די נשמה דערהערט דעם עצם. איז אין תורה דאָ אַ דרגא אין תורה וואָס דערהערט, איז דערהערט זיך אין די דרגא דער עצם פון אלוקות. און דער רבי איז מסביר דאָ אין דעם קונטרס אַז אין תורת חסידות, אַז מ'קוקט אַריין אין תורת חסידות זעט מען דאָרטן אַז מ'פאַרגלייכט דאָס מיט די אַנדערע דרכים, זעט מען ווי דאָרטן דערהערט זיך דער עצם פון אלוקות. און ניט נאָר דאָס, חסידות באַווייזט ווי דער עצם פון אלוקות דערהערט זיך אין די אַנדערע דרכים פון תורה. און ס'איז נישט אויף מאריך זיין, דער רבי גיט אַ דוגמא פון איין ענין אין תורה וואָס ס'איז כדאי בקיצור דורכגיין די דוגמא כדי צו פאַרשטיין גלאַט זען. אין איין ענין, מ'זעט מען ניט צענדליקער הונדערטער ענינים אָבער כל-הפּחות איין ענין אַ דוגמא ווו מ'זעט ווי די תורת חסידות גיט אַ פאַרשטאַנד וואָס דערהערט זיך דער עצם פון אייבערשטן ווי דאָס איז אין תורה. און דער רבי זאָגט צו אָנהאַפּן אַ דוגמא פון אַ פשוטע זאַך און אַ דוגמא פון אַ זאַך וואָס איז אַ יסוד אויפן גאַנצן טאָג און דאָס איז ענין פון מודה אני. מ'שטייט אויף אין דער פרי און פאַר מ'וואַשט נעגל-וואַסער זאָגט מען גלייך מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך. דעם ענין איז דאָ ווי מ'געפינט אין תורה על פי פשט, ווי מ'געפינט אין תורה על פי רמז, על פי דרש און על פי סוד, און דערנאָך פאַרהאַן ווי מ'זעט חסידות איז דאָס מסביר. דרך הפשט וואָס איז דער ענין פון מודה אני. דער ענין פון מודה אני דער פשט אַ מענטש שטייט אויף אין דער פרי און er דאַנקט דעם אייבערשטן פאַר דעם וואָס ער האָט אים צוריק געקערט די נשמה. ס'איז בערך על דרך ווי די ברכה פון אלוקי נשמה שנתת בי. נאָר מ'קען נישט זאָגן אלוקי נשמה גלייך ווייל מ'האָט נאָך נישט געוואַשן נעגל-וואַסער קען מען נישט זאָגן קיין שם. נאָ זעיי ווי בהנאה בברכת הנהנין דאָך אַ דין אַז מ'דאַרף דאַנקען דעם אייבערשטן באמת נאָך איידער מ'האָט אָ- אָדער אַכל-הפּנים גלייך ווען מ'האָט אָ- קען מען דאָך נישט וואַרטן אַ רגע ביז מ'דאַנקט דעם אייבערשטן. דאַנקט מען אים גלייך. זאָגט מען מודה אני אָן אַ- אָן אַ שם קען מען דאָס זאָגן פאַר נעגל-וואַסער. דאָס איז דער ענין פון מודה אני ווי דאָס איז על פי פשט. דער רמז פון מודה אני שטייט אַז דאָס איז אַ רמז אויף תחיית המתים. אַזוי ווי דער אייבערשטער האָט צוריק געבראַכט די נשמה, שהחזרת בי נשמתי, דעפאַר רבה אמונתך, ווערט שטאַרק די אמונה אַז דער אייבערשטער וועט מחזיר זיין נשמות שפּעטער בתחיית המתים. ס'איז אַ רמז, ס'איז אַ רמז פון דעם אויף תחיית המתים. דערנאָך איז דאָ ווי שטייט אין תורה אַ דרוש, חלק הדרוש שבתורה וועגן דעם ענין פון מודה אני שטייט אין חלק הדרוש אַזוי. אַז פון דעם דרשנט מען, אַז פּונקט ווי דער אייבערשטער גיט צוריק דעם פּקדון וואָס מיר האָט אים געגעבן ביי נאַכט, כאָטש אַזוי ווי ער וויל קען ער געפונען גענוג סיבות אויף נישט צוריקגעבן ער קומט נישט, און פונדעסטוועגן גיט ער דער אייבערשטער צוריק. פון דעם קומט אַרויס אַ דרוש אַז די הלכה איז אַז אויב איינער גיט א צווייטן אַ פּקדון מוז ער עס אומקערן אַפילו ער האָט טענות יענער יענער קומט אים געלט. ס'איז אַ דרוש וואָס מ'לערנט אַרויס פון דעם ענין פון מודה אני. דערנאָך פאַרהאַן ווי דער ענין פון מודה אני שטייט על פי סוד אין כתבי אריז\"ל, רעדט זיך וועגן מלך חי וקיים, שטייט מלך איז ספירת המלכות, חי וקיים איז ספירת היסוד, און ווי מלכות איז פאַרבונדן מיט יסוד דאָס איז גורם דעם שהחזרת בי נשמתי. דאָס איז אַלץ פיר ביאורים על פי פשט, רמז, דרוש, סוד אין ענין פון מודה אני. אין חסידות שטייט אַז דער ענין פון מודה אני איז אַז אַ איד האָט עצם הנשמה און די עצם הנשמה קען קיין טומאה שבעולם ניט אָנרורן. און דעפאַר גלייך די ערשטע רגע וואָס אַ איד כאַפּט זיך אויף און ס'ווערט אין אים נתגלה, ווערט לעבעדיק און ער איז נתגלה די עצם הנשמה, גלייך זאָגט ער מודה אני. און דעפאַר זאָגט- שטייט נישט קיין שם, אין פּשוטע פשט פאַרוואָס שטייט נישט קיין שם, ווייל מ'האָט נאָך נישט- מ'קען נישט זאגן קיין שם, דאס נאך פאר נעגל וואסער, די הענט זיין טמא. אין חסידות שטייט אבער פארוואס מ'טאר נישט זאגן קיין שם, פארוואס ס'שטייט נישט קיין שם, ווייל דאס איז א דרגא העכער פון שמות. פונקט ווי אנכי איז העכער פון שם ד' דלא רמיזא לא בשמות, איז די יחידה שבנפש העכער פון שמות. העכער פארבונדן מיט'ן עצם פון דעם אויבערשטן, פון דעם אנכי העכער פון שמות, העכער אפילו פון שם הוי'. אט דא זעט מען ווי דער ביאור ווי דאס איז ע\"פ חסידות, דער גרונט עט זיך נעמט רירט אן דעם ענין וויאזוי ס'איז מצד העצם הנשמה וואס איז פארבונדן מיט'ן עצם פון דעם אויבערשטן. ובאמת אז מ'קוקט אריין אין ספרי חסידות זעט מען ווי חסידות איז מסביר פשט אין די אנדערע פיר היכלות. ולאמיר דורך גיין בקיצור. אז מ'רעדט וועגן חלק הפשט, דער רבי דאס אלץ מסביר דא ס'איז כדאי דורכלערנען בפנים, און איך זע דאך אז ס'איז דא א צעטל, אז ס'איז דא א שיעור אין דעם, ס'איז זעהר א וויכטיגע קונטרס און פון דעם קען ארויסקומען א סך. דא שטייט זייער בקיצור, ס'איז א מעט הכמות אבער דארטן איז דא א סך איכות און דא דארף מען הארווענען איבער דעם און דורכלערנען, אבער דאס גיט א טיפן פארשטאנד אינ'ם גאנצן ענין. איז דער רבי דא מסביר, אז על דרך הפשט, וואס איז דער פשט? אז מ'דאנקט דעם אויבערשטן פארן אומקערן די נשמה. און דא זאגט מען אפילו פאר נעגל וואסער, ווייל מ'דארף גלייך דאנקען דעם אויבערשטן פאר דעם וואס דער אויבערשטער האט אונז אומגעקערט די נשמה. דער לשון שטייט \"שהחזרת בי נשמתי\", מיין נשמה. קוועטשט חסידות א וואס איז דער דיוק דא, אז מ'דאנקט דעם אויבערשטן פאר דעם וואס דו האסט מיר אומגעקערט מיין נשמה, נשמה פון א איד. ס'קען דאך זיין א זאל ניס דאוועק זיין א נשמה פון א גוי, א נשמה פון א עבד. מ'דאנקט דעם אויבערשטן פאר דעם. חסידות ברענגט ארויס אז די נקודה איז, עס דארף זיך דערהערן דא די נקודה אז דאס איז א נשמה פון א איד וואס איז פארבונדן מיט'ן אויבערשטן. דער רבי ברענגט די מעשה וואס ר' קוסיאל לעפלער, געווען איינע פון די גרויסע חסידים פון אלטן רבי'ן, האט אים דער אלטער רבי א מאל געגעבן א ברכה פאר אריכות ימים. האט ער געזאגט: רבי, אבער ניט קיין פוירישע יארן, נאר חסידישע יארן. פרעגט זיך א שאלה, אז מ'גיט א מתנה קען מען שטעלן תנאים? אז מ'גיט א מתנה א גוט לאנגע יארן ס'איז זייער גוט, ער האט געדארפט דאנקען און זאגן \"טענק יו ווערי מאטש\" און וואס שטעלט ער תנאים? א פוירישע דא ווארט - א געשאנקענעם פערד קוקט מען נישט אין די ציין. אז מ'גיט א מתנה וואס האט דער רבי דא מיט אמאל געשטעלט א תנאי? ר' קוסיאל לעפלער געפילט אז אויב ס'נישט קיין יארן וואס זענען אידישע יארן איז דארף ער די גאנצע מתנה נישט. דער \"החזרת לי\" איז נאר אויב ס'איז נשמתי, ס'איז א נשמה פון א איד. ואט דא איז א קוועטש וואס חסידות לייגט צו צום עצם ענין פונ'ם פשוט'ן פשט. דעם רמז וואס איז דא פון תחיית המתים איז אויך שווער. סוף כל סוף ס'איז נישט גלייך. יעצט גייט דער גוף אריין, יעדער גוף פון א איד לעבט דאך, מ'דארף נאר צוריק ברענגען די נשמה. תחיית המתים דארף דאך דער אויבערשטער צוריק אויפבויען דעם גאנצן גוף. קומט חסידות און זאגט אז אפילו ביי יעדער גוף איז אויך צוריק אויפגעבויט. וויבאלד אז דער אויבערשטער איז מחדש יעדער רגע נאכאמאל מעשה בראשית, איז דאך דער גוף אויך א נייע בריאה. איז דאס ממש פונקט תחיית המתים. דאס הייסט דערהערט זיך ווי חסידות קוקט אויף דעם, דערהערט דא די נקודה אז דאס איז פארבונדן מיט'ן אויבערשטן, ער איז בעל הבית אויף דער וועלט, און דער אויבערשטער איז דער וואס מאכט די וועלט יש מאין יעדער רגע. דערנאך אין דרך הדרוש ווערט אויך א שאלה. מ'דרש'נט אז אויב איינער קומט האט א פיקדון זאל ער אומקערן, אפילו אויב יענער קומט אים געלט. לכאורה פאר וואס? יענער קומט אים געלט, זאל ער אים נישט אומקערן, זאל ער האלטן. קומט חסידות און זאגט אז ווען ס'קומט צו א דין איז דער עיקר פון א מצוה דער רצון העליון נישט דער טעם. אויב ס'איז דא א דין אז מ'דארף אומקערן, קען מען נישט פרעגן איי ס'איז דאך דא א סיבה פאר וואס ער זאל האלטן די געלט, ס'איז דא א דין אפצוהערן? חסידות קוועטשט די נקודה פון רצון העליון וואס איז העכער פון טעם, במילא קיין קשיא קען מען נישט פרעגן. און דער רבי דא מאריך אין דעם דארף מען אריינקוקן אין די פרטים. און די זעלבע זאך אין חלק הסוד, מלך חי וקיים דער רבי מסביר, איך וועל נישט מאריך זיין שפעטער אויף דעם יעצט, אריין ווי חסידות גיט אפילו אין דרך הסוד א קוועטש. וואס דא איז דער פשט, אז תורת החסידות קוקט, איז דער חלק התורה וואס דארטן דערהערט זיך איין זאך. כולא כולא דערהערט זיך דארטן דער אויבערשטער. אין עוד מלבדו. דאס דערהערט זיך אין דעם חלק התורה. און דאס איז תורת החסידות, און דאס איז דרכי החסידות. דרכי החסידות איז דער פשט אז א איד זאל ארבעטן אויף דערהערן אט די נקודה אז ס'איז דא נאר דער אויבערשטער און דאס דערהערן מיט אן אמת. אזוי ווי ס'עט זיין ווען משיח עט קומען און דארטן וועט דאס זיין בגילוי אינגאנצן פארנעם. און יעצט איז דער בעל שם טוב האט אויפגעטון אז א איד קען און זאל און וויל, זאל וועלן זאל שטרעבן דערהערן די נקודה. און די אלע אנדערע זאכן וועלן שוין קומען ממילא. ס'איז א דבר הפשוט, אז אויב איינער דערהערט דעם אמת'קייט פונ'ם אויבערשטן, וועט ער נישט דאווענען מיט כוונה? וועט ער נישט לערנען בהתלהבות מיט התמדה? וועט ער נישט מהדר זיין במצוות? וועט ער נישט זאגן דעם אמת? וועט ער נישט טאן עבדו את ד' בשמחה? טוט ער נישט אהבת ישראל? חסידות מאנט אהבת ישראל. אז מ'קוקט ביז אט דעם, אודאי וועט ער זיין אהבת ישראל. אז ער דערהערט העצם הנשמה זיין איז בגילוי, און א צווייטער איד האט אויך א נשמה אודאי וועט ער זיין אהבת ישראל. ס'איז נישט דער פשט מ'דארף ארבעטן אויף אהבת ישראל. ישראל, מען דאַרף אַרבעטן אויף בין אדם לחברו. דאָס אַרבעט קומט פון זיך אליין. נאָר וואָס דען דאָ קומט די גרויסע קשיא, ווי מען זאָגט די סיקסטי פאָר טויזנט דאלער קוועסטשאן, דאָס אויסשפּראַך עפּעס אַ קשיא וואָס אַף דעם איז אַ מוראדיקע קשיא. צי דען זעט מען אַז די אַלע הונדערטער טויזנטער אידן וואָס רופן זיך אָן בשם חסידים האַלטן ביי דעם מדרגה? ס'איז אַ גוטע פילאזאפיע אפשר, אָבער צי דען האַלטן זיי ביי דעם מדרגה? צי דען קען מען זאָגן יאָ חסידות האָט דאָס אויפגעטאָן, און ס'איז דאָ אָן עין הרע הונדערטער טויזנטער חסידים אויף דער וועלט, האַלטן זיי אַלע ביי דעם מדרגה פון דערהערן אין עוד מלבדו? און דערפאַר איז דאָס אַ שווערע קשיא. דער ענטפער איז: אויב איינער רופט זיך אָן בשם חסיד, הייסט דאָס אַז ער שטרעבט אויף דער גיין צו דעם מדרגה. ער וויל דאָס דערהערן. אַז אַ איד וויל דערהערן אין עוד מלבדו, איז דאָס שוין אַ דרגא פון דערהער פון אין עוד מלבדו. און דאָס איז די אַלע הונדערטער טויזנטער חסידים וואָס זיינען רופן זיך אָן בשם חסיד יכונה, זיי שטרעבן צו דעם נקודה, איז דאָס אַ געוויסע דרגא פון דערהער. פון אַ מעשה פונעם צמח צדק, ס'איז נישט פונקט אַזוי עפּעס אַל-דרך, איינער אַ מאָל ריינגעגאנגען צום צמח צדק און זאָגט: רבי, איך וויל אַ עצה אין רוחניות. וואָס פאַר אַ ענין? איך האָב ספקות אין אמונה. וואָס איז די עצה? זאָגט אים דער צמח צדק: מעילע האסט ספקות אין אמונה, מה רעש? זאָגט דער רבי: ספקות אין אמונה! זאָגט דער צמח צדק: קענסט גיין. אַז אַ איד דערהערט אַ צרה צרורה אַז ער האָט ספקות אין אמונה, איז דאָס שוין אַ דרגא אין אמונה, ס'איז שוין נישט ספקות. אַז אַ איד זוכט און ער וויל זיין אַ חסיד, דאָס הייסט אַז ער שטרעבט און ער קוקט ווי אַזוי קען איך אויספירן דעם וועג פונעם בעל שם טוב, ווי אַזוי קען איך ביי זיך דערהערן דעם אמת פון אין עוד מלבדו? אָט דאָס אליין הייסט אַז ער דערהערט, אַ נידעריקע מדרגה פאַרשטייט זיך, מען גייט ווייטער און ווייטער, אָבער דאָס איז שוין איז יאָ די אַלע הונדערטער טויזנטער חסידים אויף דער וועלט, ביי זיי איז דאָ אַ געוויסע דרגא פון דערהער פון אין עוד מלבדו, אַז ס'איז נאָר דער אויבערשטער און מער ניטאָ קיין זאַך עפּעס בלעדו. און דערפאַר ביי זיי טאַקע דאָ אַ שטאַרקער דערהער אין אַ ענין רוחני. מען זעט טאַקע, מען זעט טאַקע אַז אַ קינד אַפילו וואָס איז געהאָדעוועט אין אַ חסידישע שטוב, איז דער אָפּלייג פון די אמתקייט פונעם אויבערשטן אַ סך שטאַרקער ווי ביי אַ קינד וואָס איז זיך נישט געהאָדעוועט אין אַ חסידישע שטוב. דאָס הייסט ס'איז דער דערהער, מען קען זיין אַלע גוטע זאַכן, תורה מצוות און לערנען, דער דערהער פון אין עוד מלבדו איז מיט אַ פשיטות אין אַ חסידישע שטוב, ווייל דאָס איז די נקודה פון חסידות. דער ביטול וואָס חסידות מאָנט, מען ווייסט חסידות מאָנט ביטול און ענווה, דאָס הייסט דער דערהער אַז מייַן מציאות איז ניט, וואָס איז די מציאות? דער אויבערשטער אין עוד מלבדו. זאָגט דאָך אַפילו אַ ווערטל, אַ חילוק פונעם חסידישן בעל גאווה מיט אַ נישט חסידישן בעל גאווה. אַ נישט חסידישער בעל גאווה זאָגט: איך בין אַ מציאות, איך בין עפּעס און דו ביסט גאָרניט. און אַ חסידישער בעל גאווה זאָגט: איך בין גאָרניט און דו ביסט צוויי מאָל גאָרניט. איז אויך אַ בעל גאווה, אָבער ס'איז אַ חילוק, ער ווייסט אַז ער איז גאָרניט, נאָר ער זאָגט פאָרט ער האָט אַ נפש הבהמית, און ס'איז נאָך נישט נתגלה געוואָרן די יחידה שבנפש, ער וויל זיין אַ חסיד ער איז נאָך ווייל ער איז נישט געוואָרן, ער האָט נאָר אַ נידעריקע דרגא פונעם דערהער פון אין עוד מלבדו, אָבער ער דערהערט דאָס, ממילא ווייסט ער אַז איך בין גאָרנישט, דאָס איז אַ דבר ברור, נאָר וואָס דען? איך ווייס אַז דו ביסט צוויי מאָל גאָרנישט. אָבער דעם דערהער דאָס איז די נקודה פון חסידות. די נקודה פון חסידות איז די גילוי היחידה, דאָס האָט דער בעל שם טוב אויפגעטאָן אין תורת החסידות און אין דרכי החסידות, דעם דערהער פון אין עוד מלבדו. ס'איז אַן אַנדער לעבן. ס'איז נישט דער פשט ווי געזאָגט פריער ס'איז נאָך אַ וועג, ס'איז אַ וועג דער מאָנט אמת און דער מאָנט שמחה און דער וועג מאָנט ביטול און ענווה, ס'איז אַן אַנדער מהות פונעם מענטש, אַ מהות האדם וואָס איז רוחניותדיקער און ס'איז זיך אָפּגעלייגט אין דעם מענטש די אמתקייט פונעם אויבערשטן, ס'איז אַ גילוי אַ געוויסע דרגא פון גילוי היחידה. פאַרשטייט זיך דער בעל שם טוב האָט דאָס אַלץ מיסד געווען, די תלמידים און תלמידי תלמידים זענען שפּעטער געגאַנגען אויפן זעלבן וועג און דאָס מרחיב געווען, ווי למשל לאָמיר אָפּכאַפּן אַ דוגמא דער אַלטער רבי, דער אַלטער רבי שפּעטער האָט מיסד געווען חסידות חב\"ד, און דאָס איז אַ המשך צו תורת הבעל שם טוב, נישט געמאַכט קיין נייעם וועג, ס'איז אַ המשך תורת הבעל שם טוב. דער רבי רש\"ב שרייבט טאַקע אויפן תורות אויפן אַלטן רבין שרייבט ער אַז היא היא דרך הבעל שם טוב. איז לאָמיר אָפּכאַפּן אַ דוגמא ווי חב\"ד, וואָס דער אַלטער רבי האָט געטאָן איז איין זאַך, ער גענומען די נקודה וואָס דער בעל שם טוב האָט אַריינגעדרונגען אין הרגש אין עוד מלבדו, און ער האָט געמאָנט אַז מען זאָל דאָס אויך פאַרשטיין מיט שכל. נישט נאָר דערהערן וואָס דאָס איז אַ גרויסע זאַך די נשמה דעם מענטש פילט וואָס די נשמה פילט, דער פילן דאָס מיט שכל. מען זאָל דאָס לערנען מיט חכמה בינה דעת מיט שכל און וועלן פאַרשטיין, דאָס מסביר געווען מיט משלים און הסברות, וואָס דאָס איז אַ המשך צו דעם אויפטו פונעם בעל שם טוב, און ס'איז דאָ אַ פאַרשטאַנדיקער נקודה בדבר. אויב א מענטש האט דעם הרגש פון \"אין עוד מלבדו\", אבער אין שכל פארשטייט ער דאס נישט, אבער פונדעסטוועגן פרום אויסגעלייגט הונדערט פראצענט, איז לאמיר מאכן א חשבון וואס הייסט דאס. דאס הייסט אזוי: דער גאנצער מענטש הערט \"אין עוד מלבדו\", אחוץ איין חלק פון דעם מענטש וואס הערט נישט \"אין עוד מלבדו\". אז דער שכל פארשטייט עס נישט, וואס איז דער פשט? אז דער שכל פארשטייט עס נישט, הייסט עס אז דער שכל איז מנגד. אז דער שכל פארשטייט אז דאס איז אזוי, הייסט עס אז מצד השכל איז דאס נישט אזוי. הייסט עס אז דער שכל פונעם מענטש זאגט אז ס'איז נישט \"אין עוד מלבדו\". דאס איז דער פשוט'ער פשט. אויב א מענטש גלייבט \"אין עוד מלבדו\" און פילט \"אין עוד מלבדו\" און טוט \"אין עוד מלבדו\", אלץ. אבער אין שכל לייגט זיך דאס אים נישט, ער פארשטייט דאס נישט, \"I don't care, פארשטיי איך נישט\", נעשה ונשמע אלץ. אבער סוף כל סוף קומט אויס אז איין כח פונעם מענטש, און וועלכער כח? דער כח הכי עליון, דער כח השכל פונעם מענטש איז מנגד צו אלוקות. דאס איז דער אמת. ער דערהערט נישט, ביי אים לייגט זיך נישט, דער שכל האלט אז ס'איז נישט \"אין עוד מלבדו\". דאס איז דער פשט ער פארשטייט נישט.קומט דער אלטער רבי און זאגט אז דאס וואס דער בעל שם טוב האט מייסד געווען - \"אין עוד מלבדו\" - האט דער אלטער רבי דאס ממשיך געווען און דאס געמאכט אזוי אז מען זאל דאס דערהערן אפילו אין שכל אויך.אבער די נקודה פון דעם אלעם, דער סיכום פון כל הנ\"ל, איז אז די נקודה איז חסידות מאכט דעם מענטש פאר אן אנדער קוקער, אן אנדער השקפת עולם, אן אנדער קוק. דער גילוי פון יחידה שבנפש ווערט נתגלה. און דערפאר איז דאס א הכנה צו משיח'ן, ווייל משיח וועט קומען וועט דאס זיין בתכלית השלימות, ולא יכנף עוד מוריך, ס'וועט זיין דער דערהער בתכלית השלימות. אבער כדי צו קומען דארף מען זיך מאכן כלים אויף דעם. און מיר ווייסן אז יעצט האלטן מיר זייער זייער נאנט פאר משיח'ן. אלע גדולי ישראל אינעם דור שלפנינו האבן דאס געזאגט, און דער רבי האט דאס געמאטערט ביי אונז בתכלית בתכלית, אז אט אט קומט משיח און מען דארף מאכן די לעצטע הכנות. איז די לעצטע הכנות וואס מען דארף מאכן אויף משיח'ן איז די נקודה, זיך אריינדרינגען אין זיך אט די נקודה וואס חסידות האט אויפגעטון: דעם \"אין עוד מלבדו\" דאס אריינברענגען אין שכל און אריינברענגען אין הארץ און אריינברענגען אין כוח המעשה. און מען טוט דאס, יעדער איינער באזונדער, וועט דער אויבערשטער אראפקוקן אויף אונז און זען: די קינדער מיינע האבן שוין געפועל'ט דעם \"אין עוד מלבדו\", שוין צייט אראפברענגען משיח'ן. און דער אויבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אונז און ברענגען משיח'ן למטה מעשרה טפחים בפועל ממש במהרה בימינו בקרוב ממש.א גרויסן יישר כוח הרב שפירא פאר די ווערטער וואס זענען קלאר ארויסגעבראכט אויף א קלארן וועג, דעם מהות פון חסידות, וואס מיינט א חסידישער לעבן. און ווי ער האט דערמאנט, ס'איז כדאי צו באמערקן וואס הרב שפירא האט דערמאנט אין זיין דרשה, אז בהמשך צו דעם חלק פון דעם יום עיון וועט בעזרת השם פארקומען במשך די זומערדיקע וואכן וועט הרב יואל קאהן שליט\"א זאגן ספעציעלע שיעורים אין דעם קונטרס יעדן מיטוואך. יעדן מיטוואך אין היכל מנחם אנהייבנדיק פון מיטוואך פון פרשת חוקת אין היכל מנחם. אויך יעדער איינער קען באקומען א קאפי פון דעם קונטרס, עס איז דא יעדער איינער וואס וויל, פאר די אלע משתתפים קענען באקומען א קאפי פון דעם קונטרס.נאך א זאך וואס מיר ווילן דערמאנען דעם עולם, זאגן פארן עולם, איז אז צו דעם היינטיקן טאג האבן מיר אויך דא צו קויפן אן אלבום פון טעיפס אויף \"מחשבת החסידות\". ס'איז דא די באוואוסטע סעריע פון שיעורים אויפן טעלעפאן פון הרב יואל קאהן שליט\"א וואס רופט זיך \"נסים ביהדות\", וואו ער רעדט ארום וועגן ישראל, אורייתא וקודשא בריך הוא. האבן מיר צום היינטיקן טאג געענדיקט אן אלבום פון דעם ערשטן חלק פון דער סעריע, וואס די סעריע דאס האלט דרייצן שיעורים, מיט א שיינעם דף הסברה פון דעם תוכן, דער תוכן הקצר פון די שיעורים, און מען קען דאס צום היינטיקן טאג קויפן מיט א גאר א גרויסע הנחה ספעציעל פאר די משתתפים פונעם יום עיון.איידער מען מאכט א הפסקה, איך וויל דערמאנען וואס איז אויפן פראגראם, אז די וואס האבן שאלות וועלן קענען פרעגן הרב שפירא וועט זיכער ענטפערן אלע שאלות. אבער איידער מען ענדיקט איך וויל נאר באטאנען איין נקודה. דער חלק פון דעם פראגראם, דער חלק פון \"מחשבת החסידות\", איז דאס איז בעצם די מסיבה פונעם חגיגת היובל פון היכל מנחם. וואס אלע ווייסן וואס היכל מנחם איז - דער צענטער פאר הפצת החסידות. איז פון די אלע דריי חלקים פון דעם יום עיון איז סוף כל סוף דעם חלק איז דאך די הויפט נקודה פונעם מטרה פון היכל מנחם, וואס איז באוואוסט פאר דער סיפריאדל לייברערי פון חסידישע ספרים מיט חסידישע שיעורי חסידות מיט חסידישע פארברענגענס. מיט דעם זשורנאל באר החסידות מיט די שיעורי חסידות אויפן טעלעפאן און דעריבער איז דא קיין מקום איך פיל ס'איז פשוט מער ניט ווי רעכט אז ביי דער מסיבה פון פשוט אויסדרוקן הכרת הטוב לכל לראש צו דעם יושב ראש פון היכל מנחם וואס דאס איז הרב יוסף יצחק שיחי' גוטניק פון מעלבורן אויסטראליע וואס מיט פינף יאר צוריק האט ער מיט די ברכה און הסכמה פון רבי'ן אויפגעשטעלט דעם היכל דא און ער שטיצט דאס ביושר ובהרחבה און פאלגט נאך אלע די פעולות. אויכעט וויל איך שטארק באדאנקען צו דער געלעגנהייט אויכעט מיין ידיד א נאנטן ידיד הגאון הרב ר' דניאל לוי שיחי' דער ראש פון המערכת הכשרות פון אוקיי וואס ער איז אונז א עזר וסיוע אין אלע אונזערע פעולות פון הפצת החסידות און ספעציעל דער מסיבה האט ער משתתף געווען ביושר ובהרחבה אויף מאכן מעגליך די מסיבה און אלע ווינטשן אים אז זכות זאל אים ביישטיין להצלחה בכל מילי דמיטב. באלד בערך אין א פופצן מינוט ארום וועט מען דאווענען מנחה און נאך אזוי ווי מען גיט א סך שפייז מזון פאר דער נשמה מיט די נשמות בגופים איז ממילא איז נאך מנחה די אלע וואס ווילן בלייבן דא אויף קענען עסן א שטיקל פאר דעם גוף האבן א ביסל מאכל פאר דעם גוף איז דא אין די האל וועט מען קענען אויכעט האבן דא א סעודה און אם ירצה השם בערך אכט א ביסל נאך אכט וועט מען אנהייבן די דריטע חלק פון דעם יום עיון. איך וויל נאכאמאל דערמאנען די וואס זענען געקומען שפעטער אז עס איז דא א ספעציעל תשורה וואס מען האט צוגעגרייט אן אלבום פון טעיפס פון רבי'ן פנינים נבחרים פון פארשידענע שיחות פון רבי'ן סיי אין נגלה סיי אין חסידות סיי אין ענייני חינוך און דער וואס האט דאס נישט באקומען קען דאס יעצט באקומען. איך וויל דא דערמאנען פארגעסן זאגן אז די אלע וואס ווילן האבן טעיפס פון דעם שיעור סיי פון די פריערדיקע פון הרב שוחט און סיי פון הרב שפירא איז עס דא צו באקומען גלייך מען קען יעצט קויפן שוין טעיפס פון דעם שיעור. צום אלעם ערשטן א באגריסן די אלע זענען געקומען משתתף זיין יעצט אין דעם דריטן חלק פון דער מסיבה פון דעם יום עיון אין משנתו של רבי בקשר מיט דעם יום ההילולא וואס מ'פראוועט אט ובא. און איך האב שוין דערמאנט ביי די פריערדיקע חלקים דער ווארט וואס דער רבי האט איבערגעזאגט אין פארברענגען פון חג השבועות תש\"י. דער רבי האט געבראכט פון ר' נחום טשערנאבלער וואס ער שרייבט אין מאור עינים בשם הבעל שם טוב אז ער זאגט אז א צדיק לייגט אריין זיין מוח און זיין חיות אין זיין תורה וממילא ווען א איד לערנט די תורה פון א צדיק לייגט ער דאך אריין זיין תורה זיין חיות און זיין מוח אין דער חיות און מוח פון צדיק און ער זאגט ואפשר שזה הוא ענין השתטחות על קברי צדיקים ער זאגט ואפשר אז בשעת מען לערנט די תורה פון א צדיק דאס איז דער זעלבער ענין פון השתטחות אויפן ציון הקדוש איז דאס א דבר בעתו צו באצייכענען און פראווען א הילולא דורך פארטיפן זיך אין תורתו. חז\"ל זאגן דאך לא המדרש עיקר אלא המעשה דער תכלית פון תורה איז נישט אזוי פיל דער עיון און די מחשבה אין תורה נאר אז פון דעם זאל אראפקומען המעשה בפועל בעולם המעשה און דעריבער האבן מיר געווידמעט דעם דריטן חלק פון דעם יום עיון צו א סוגיא בעולם המעשה און דאס האבן מיר אויסגעקליבן די סוגיא פון חינוך הבנים מצד די וויכטיקייט וואס יעדער איינער פילט אין זיין לעבן צו זען אז די קינדער זאלן גיין אין דעם דרך הישר וואס מען וויל פאר זיך אליין. יעדער איינער וויל דאך אז די קינדער זאלן זיין מחונך זאלן זיך שטרעבן צו א רוחניותדיק לעבן א לעבן פון תורה ומצוות לדאבונינו הגדול. הרב דארף נישט באטאנען די פילע נסיונות וואס זענען דא אין א חושך כפול ומכופל פון דעם היינטיקן דור און די וועלט ארום. געוויס דארף מען האבן סיעתא דשמיא, עס הייבט זיך אן מיט סיעתא דשמיא, עס ענדיקט זיך דערמיט, אבער פונדעסטוועגן איז אויף יעדן יחיד ליגט דער חוב צו טאן כל התלוי בו אויף מחנך זיין זיינע קינדער. ס'דא א באוואוסטע ווארט פון רב'ן רש\"ב נשמתו עדן, וואס ער האט געזאגט אז אזוי ווי ס'דא א חיוב גברא, א חוב גברא אויף יעדן איד, סיי א גדול בישראל סיי א איש פשוט צו לייגן תפילין יעדן טאג, אזוי איז א חוב גמור זאגט דער רב רש\"ב אויף יעדן אידן פון גדול שבגדולים ביז א איש פשוט צו מתבונן זיין א האלבע שעה יעדן טאג וועגן דעם חינוך פון זיינע קינדער. דער בעל שם טוב מיט דרך החסידות האט דאך פיל אויפגעטאן אין דער וועלט פון חינוך הבנים. עס איז באוואוסט די סיפורים פון בעל שם טוב אז איידער דער בעל שם טוב איז נתגלה געווארן איז ער געווען א באהעלפער פון א מלמד דרדקי. און ס'דא א סך א סך סיפורים וועגן די חיבת הקודש וואס דער בעל שם טוב האט געהאט צו אידישע קינדערלעך און דער חינוך פון אידישע קינדער. מיר דוכט זיך אז איינע פון די אייגנארטיקע ענינים וואס מען האט געזען ביים רב'ן איז געווען זיין פערזענלעכע איבערגעגעבנקייט צו חינוך פון קינדער. וואו זעט מען דאס אז א גדול בישראל, א גאון אין כל חלקי התורה, א רב פון טויזנטער חסידים איבער דער גאנצער וועלט, א מנהיג ישראל וואס האט געדאגהט וועגן אויפשטעלן מוסדות און געדאגהט פאר א איד בכל קצוי תבל ממש, און אין דער זעלבער צייט האט ער גענומען פון זיין אייגענער צייט און צונויפגעקליבן אידישע קינדער, תינוקות של בית רבן, און געשטעלט זיך רעדן מיט זיי דברי תורה מיט דברי התעוררות אויף זייער מדרגה נאך. עס איז דאך זעלבסטפארשטענדליך ווי פיל מען קען האבן דאס פארהאנדן אין תורות פון דעם רב'ן'ס תורות און די משנתו פון רב'ן, די געוואלד וואס איז פארהאן אין דער סוגיא פון חינוך הבנים. סיי פילע ממשות'דיקע פראבלעמען און סיי דער אלגעמיינער קוק אויף א קינד, אויף א אידיש קינד, די תכונת הנפש פון קינדער, די נשמה כוחות וואס ליגט אין קינדער, וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם רב'ן'ס תורה. דער רעדנער ביי דעם חלק פון דעם כינוס, פון דעם יום עיון, איז הרב מאניס פרידמאן, וואס פירט אן מיט א מוסד חינוך שוין צענדליקע יאר און האט זוכה געווען צו ברענגען הונדערטער טויזנטער אידן בלי גוזמא תחת כנפי השכינה. ער איז באוואוסט מיט זיינע קאסעטס און זיינע ארטיקלען און אזוי ווייטער. און ספעציעל ווי ער דערגרונטעוועט זיך מיט דעם ליכט פון חסידות צו דער טיפעניש פון דער נפש פון א מענטשן און פון קינדער, פון עלטערע, אפקענען פותר זיין די אלע פראבלעמען וואס עס מאכט זיך אין דעם לעבן פון א אידן. מיר ווילן אים שטארק באדאנקען וואס ער האט גענומען זיין פארנומענע צייט קומען משתתף זיין אין דער מסיבה. איך וויל אייך לאזן וויסן אז די וואס וועלן וועלן קויפן האבן די טעיפס פון די היינטיקע רעדער איז דאס גלייך נאך דעם א ביסל צייט גלייך נאך דעם ענדיקן וועט מען שוין קענען באקומען די טעיפס. און איצט בכבוד גדול הרב פרידמאן. גוטן אוונט יישר כוח. ווי שוין דערמאנט איז א חוב אויף יעדן איינעם צו טראכטן א האלבע שעה יעדן טאג וועגן חינוך הבנים. פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג עס דארף זיין דווקא יעדן טאג? איך פארשטיי א פאר סיבות. די ערשטע סיבה איז אז משנה זיין דעם חינוך פון די קינדער אז עס זאל זיין אנדערש פון דעם חינוך וואס מען האט אליין געקראגן איז א גאר שווערע זאך. בדרך כלל, בדרך הטבע, איז מען האָדעוועט קינדער אַזוי ווי מען האָט אונדז געהאָדעוועט. און אויב מען דאַרף עפּעס בײַטן, קומט עס אָן זייער שווער און מע דאַרף וועגן דעם אַ סך טראַכטן. און פֿאַר וואָס זאָל מען טאַקע בײַטן? ווײַל די צײַט מאָנט, דער עולם ווערט אַנדערש, עס איז נתמעטו הדורות און אכשר דרא קען דאָך נישט זײַן. און ממילא איז מען דאַרף זוכן נײַע עצות אין חינוך אַף צו פּועלן בײַ קינדער אַ געשמאַק אין ייִדישקייט און אין איידלקייט וכו'. אַמאָל, אַז מע קוקט אין וועלט, זעט מען שאַרפֿער דעם חסרון, און דאָס וואָס מאָנט זיך פֿאַרן דור, זעט מען דאָס אַמאָל בעסער אַז מע קוקט אין דרויסן ווי איידער אַז מע קוקט אין דער היים. אין דער היים איז דאָך יעדע זאַך איידלער, אין דרויסן איז דאָך יעדע זאַך קלאָר, שאַרף. זעט מען וואָס טוט זיך אין וועלט, אַ נײַער מצב וואָס איז מסתּמא קיינמאָל נישט געווען. בײַ קינדער לייענט מען דאָך כּסדר אין די נײַעס, עס האָט זיך געמאַכט אַ מאָדע אַז קינדער נעמען זיך דאָס לעבן, אָדער נעמען דעם צווייטנס לעבן. און מע טוט זאַכן כּסדר וואָס זענען זייער מסוכּנדיקע זאַכן, און עס אַרט נישט. און אַז מע זאָגט הײַנט צו אַ קינד, איך מיין נישט אַ ישיבה קינד, איך מיין פֿון גאַס, אַז מע זאָגט הײַנט צו אַ קינד ער זאָל זיך היטן דאָס וואָס ער טוט איז געפֿערלעך און עס קען זײַן אַן אומגליק, מאַכט עס אויף אים קיין רושם נישט. ער ווערט פֿון דעם גאַנצן נישט נתפּעל. פֿון וואַנען נעמט זיך דאָס? איז אַז מע רעדט אַ ביסל מיט די קינדער קומט אויס אַזאַ מצב: ס'פֿאַראַן די פּרטים פֿון לעבן. ווי מע לעבט, ווי גוט מע לעבט, ווי רײַך מע קען לעבן, ווי פֿיל מע קען אויפֿטאָן אין לעבן, דאָס זענען אַלץ די פּרטים פֿון לעבן. פֿאַראַן לעבן אַליין, דער עצם זאַך פֿון זײַן אַ בעל חי. דער עצם לעבן האָט מען קיינמאָל נישט געדאַרפֿט רעדן וועגן דעם, יעדער האָט דאָך פֿאַרשטאַנען אַז מע דאַרף זײַן געזונט און מע דאַרף בלײַבן בײַם לעבן, און מע דאַרף נאָר זוכן ווי צו מאַכן דעם לעבן וואָס בעסער, וואָס געשמאַקער, וואָס רײַכער. הײַנט איז געוואָרן אַ מצב אַז מע דאַרף הײַנט רעדן וועגן לעבן אַליין. דעם עצם לעבן. וואָס אין אַנדערע ווערטער קען מען זאָגן אַזוי: אַמאָל האָט מען זיך געקאָכט אין וואָס עס קען זײַן דער לעבן, וואָס מע קען דערגרייכן, וואָס מע קען אויפֿטאָן. הײַנט דאַרף מען טראַכטן נישט \"וואָס\", נאָר \"פֿאַר וואָס\". פֿאַר וואָס לעבט מען? אַוודאי אַמאָל די גרויסע פֿילאָסאָפֿן האָבן געפֿרעגט די שאלה און מען האָט געגעבן טיפֿע תירוצים, מען האָט געשריבן ביכער: פֿאַר וואָס לעבט מען? וואָס איז דער תכלית פֿון לעבן? אָבער הײַנט איז די זעלבע שאלה נישט בײַ די פֿילאָסאָפֿן, הײַנט איז די שאלה בײַ קינדער. בײַ אַכט-יאָריקע קינדער, אָן אַ ייִדישן חינוך, זעט מען אַז די שאלה איז בײַ זיי זייער אַ ווייטאָגדיקע, און זיי מוזן האָבן אויף דעם אַן ענטפֿער, און אָן אַן ענטפֿער און אָן אַ הסבר, וויל זיך נישט לעבן. עס איז נישט וויכטיק לעבן. איז דאָס וואָס מע האָט אַלע מאָל אָנגענומען בפֿשיטות, אַז אַבי געזונט און מען מוז זײַן געזונט און מען מוז לעבן, איז הײַנט גאָר נישט בפֿשיטות, און אויב מען האָט נישט אויף דעם אַ תירוץ און אַן ענטפֿער, העלפֿט קיין זאַך נישט. עס האָט מיך געבעטן אַ מאַמע אין מינעסאָטאַ, איך זאָל גיין אין שפּיטאָל באַזוכן איר פֿופֿצן-יאָריקן ייִנגל וואָס ער מיט אַ חבֿר זײַנעם האָבן זיך געפּרוּווט נעמען דאָס לעבן. איז דער סדר איז, אַז מען האָט זיי געכאַפּט, נעמט מען זיי אין שפּיטאָל. אין שפּיטאָל פֿאַראַן אויף דער זעקסטער שטאָק פֿאַראַן דאָרטן פֿאַרשלאָסענע חדרים, וווּ דאָרטן האַלט מען די דענדזשערעס פּעישענטס. איז הגם ער איז נאָר פֿופֿצן יאָר אַלט, פֿון דעסטוועגן האָט מען געדאַרפֿט זען דעם פּסיכיאַטער, זאָל אים באַזוכן, און מען האָט אים געהאַלטן צוויי טעג. איך קום דארטן ארויף און איך הויב אן אביסל רעדן מיט דעם אינגל ער לאזט זיך נישט רעדן. קיין זאך איז אים נישט נוגע. וואס מאכסטו? נו, נישט נוגע. די מאמע האט מיר געבעטן קומען זען דיר. מעילא, מאמע איז זייער פארדאגה'ט. נו? קיין זאך נישט אים איז גארנישט נוגע. גיט ער מיר א זאג \"Why don't you go home?\". קענסט שוין גיין אהיים דער גלח איז שוין געווען. ביי אים א גלח א רבי אלעס... דער גלח איז שוין געווען ער האט שוין גערעדט זיינע זאכן און קענסט שוין גיין. פרעג איך אים וואס האט דער גלח געזאגט? זאגט ער דער גלח האט געזאגט א שטות \"something stupid\". פרעג איך אים אבער פון דעסטוועגן וואס האט דער גלח געזאגט? זאגט ער דער גלח האט געזאגט אז איך זאל זיך נישט הרג'נען ווייל דער אייבערשטער האט מיר ליב \"God loves you\". זאג איך אים \"און דאס איז א שטות? That's stupid?\". זאגט ער \"יע\". זאג איך אים \"איך איך האלט מיט דיר דו ביסט גערעכט. דו ביסט גערעכט ס'איז א גרויסע שטות. ווייל איך איך קען נישט פארשטיין פארוואס און וויאזוי דער אייבערשטער וויל דיר קענען ליב האבן. דו ביסט א בייזער א שלעכטער א קא... וואס איז דא וואס ליב צו האבן?\". זאגט ער \"So?\". איבער מעילא הייסט עס וואס ווילסטו? זאג איך אים דער אייבערשטער דיין באשאפער דארף דיר דאך האבן. אין דעם גאנצן אין דעם גאנצן מעשה בראשית אין דעם גאנצן פלאן וואס דער אייבערשטער וויל האבן פון פון וועלט דארף ער דיר אויך האבן. און דו דארפסט עפעס צוגעבן וואס נאר דו קענסט עס צוגעבן א וועלט זאל ווערן א גאנצע וועלט און ווי דער אייבערשטער וויל. איבער מעילא דארף ער דיר האבן \"He is stuck with you\". אבער ער האט דיר ליב? איך איך גלייב נישט. זאגט ער \"And what if I don't want to do? אז איך וויל נישט טון וואס דער אייבערשטער וויל פון מיר?\". זאג איך אים \"נו אדאס הייסט בחירה\". און פון דארט האט מען אנגעהויבן רעדן אביסל. ס'איז נאכגעגאנגען א גאנצע רעדע א גאנצע שמועס. און פון צייט צו צייט רוף איך אים מיר רעדן און מיר לערנען אביסל. אבער איך האב געזען אין דעם אין דעם מעשה אז היינטיגע קינדער האבן גאר אן אנדער קוק אויף וועלט און אויף לעבן. אז דער גלח קומט אים זאגן ער זאל זיך נישט הרג'נען ווייל דער אייבערשטער האט אים ליב זאגט ער ס'איז א שטות. פארוואס איז ביי אים אויסגעקומען אזא שטות? אז א אינגל פון פופצן יאר פון א רייכע משפחה נישט קיין פארצרת'טער אינגל לעבט זיך גאנץ געשמאק. און פונדעסטוועגן איז אים איינגעפאלן נעמען דעם לעבן. ווי קומט דאס? פון וואס איז דאס? פשוט פון דעם וואס ער זעט נישט פארוואס מען דארף יא לעבן. נישט וואס אים קוועטשט עפעס ער האט אזעלכע צרות אז ער מוז זיך נעמען דעם לעבן. ער האט געלעבט פופצן יאר ער האט שויס אלעס געזען יעצט וויל ער זען וויאזוי עס איז אז מען לעבט נישט. ווייל ביי אים איז אפגעלייגט אז לעבן איז נישט וויכטיג ס'איז נישט נוגע. וואס א חילוק צי מען לעבט יעצט צי מען לעבט נישט? איז אז מען קומט צוגיין צו אזא אינגל און מען זאגט אים פארוואס זאל ער לעבן ווייל דער אייבערשטער האט אים ליב זאגט ער איבער אזוי איז דער אייבערשטער עפעס נישט קיין גרויסער גאט. וואס הייסט ער האט ליב א זאך וואס דארף בכלל נישט זיין? אדאס איז א שטות. איז אמאל האט מען גארנישט געדארפט רעדן וועגן וועגן דעם אז לעבן דארף זיין אז מען דארף לעבן. די שאלה נאר צי מען האט מיר ליב צי מען האט מיר פיינט. צי דער טאטע האט פון מיר נחת צי דער טאטע איז אויף מיר ברוגז. אבער אז מען דארף לעבן האט מען גארנישט געדארפט דערמאנען. אבער היינט ביי דעם אינגל איז אפגעלייגט אז לעבן דארף מען בכלל נישט און וואס העלפט עס צי מען האט אים יא ליב צי מען האט אים נישט ליב? די גאנצע זאך איז נישט נוגע. מוז מען היינט מסביר זיין א קינד נישט אז דער אייבערשטער האט ליב א קינד נאר אז דער אייבערשטער דארף האבן דעם קינד. אז דעם אייבערשטן איז נוגע און וויכטיג די ברכה פון דעם קינד די מצוה וואס דאס קינד טוט די מידות טובות פונעם קינד. אז ס'איז נוגע אין כוונה עליונה אין רצון עליון פאראנעם דאס אן ארט און דאס איז נוגע. און און דער רבי האט אמאל געזאגט אז א קינד זאגט ברוך אתה השם איז עס א ברכה דעם אויבערשטן. אז א קינד ווייסט אז ער איז נוגע דעם אויבערשטן, אז זיינע מצוות און דאס וואס ער טוט צו דאס איז לטב צו למוטב איז נוגע אין כוונה עליונה, דען נאך קען מען רעדן ווי מען זאל מאכן דעם לעבן ווי בעסער מאכן דעם לעבן. אבער קודם דארף מען דאך וויסן אז דער אויבערשטער האט באשאפן א קינד איז עס ווייל דער קינד איז נוגע אין כוונה עליונה פון גאנץ מעשה בראשית. און מען גייט צו צום חינוך מיט אזא קוק, אז דער אינגל צו די מיידעלע איז די מצוות וואס זיי טוען איז נוגע ממש למעלה, גייט מען דאך צו מיט אן אנדער געפיל מיט אן אנדער געשמאק און מיט אן אנדער אחריות. אין פראקטיש, אז מען וויל מחנך זיין א קינד דארף מען דאך ארויסברענגען אין דעם קינד די איידלקייט די גוטסקייט און די געטליכקייט וואס דער קינד האט. וויבאלד אז יעדער איד האט א נשמה, איינער א צדיק איינער א רשע ווערט דאך געבוירן מיט א נפש אלוקית, איז דער גאנצער חינוך דער עיקר החינוך איז ארויסברענגען די כוחות און די חושים פון נפש אלוקית. און בעיקר ארויסברענגען דעם געשמאק דעם תענוג פון נפש, וואו דער תענוג פון נפש אלוקית אט דאס איז די תרופה און דאס איז די בעסטע עצה מיט וואס צו אפהיטן דעם קינד פון דעם תענוג פונעם נפש פון צווייטן זייט. ווייל אז א קינד האט נישט קיין געשמאק און טוט נאר ווייל מען הייסט אים און ווייל ער מוז בקבלת עול, איז דעמאלט איז נישט קיין פארמעסט. דער נפש הבהמית האט תענוג אין וואס ער וויל און דער נפש אלוקית פאלגט אויס בקבלת עול. איז נישט קיין פארמעסט. מען דארף זען אז דער קינד זאל האבן א געשמאק אין איידלקייט א געשמאק אין רוחניותדיקע זאכן א געשמאק אין א מצוה. איך פריי זיך וואס דער פריערדיקער רבי האט געלאזט אין זיינע יומן האט געלאזט אפדרוקן פארשידענע מעשיות פון זיין חינוך ווי דער טאטע דער רבי רש\"ב האט אים געהאדעוועט. אז מען הערט ווי דער רבי האט גערעדט צו קינדער זעט מען די ערשטע זאך זעט מען די איידלקייט פונעם אויסשפראך וואס דער רבי האט באנוצט. אז עס איז זייער נוגע אז מען רעדט צו א קינד און מען וויל פועלן ביים קינד א חוש אין איידלקייט מוז דאך דאס רעדן אליין זיין א דוגמא א דוגמה חיה פון איידלקייט. נאך א זאך וואס מען זעט ביים רבין'ס רעדן, אז בשעת מען רעדט צו א קינד דארף מען נישט פארוואסערן און מען דארף עס נישט מאכן קינדעריש, מען דארף רעדן די זאך ווי דאס איז נאר אין א פשוטן אופן אז דער קינד זאל קענען פארשטיין, אבער נישט אין א קינדערישן אופן. און די דריטע זאך וואס מען זעט ביים רבין פון רעדן מיט קינדער אז דער רבי רעדט מיט זיי וועגן יצר הרע, ווי מען שטעלט זיך אנטקעגן א יצר הרע און ווי מען גיט זיך אן עצה מיט דעם יצר הרע, און דאס רעדן איז זייער א קלארער און א הארטער. נישט קיין בייזער חס ושלום אבער א הארטער. וואס אויף דעם קען מען אפשר זאגן אז דאס וואס חושך שבטו שונא בנו, איז דער שבט דארף נישט זיין דווקא א שטעקן כפשוטו. דער ענין פון א שטעקן איז אז דאס בייגט זיך נישט. דאקעגן אמאל וואס מען נוצט א פאסיק א קאנטשיק וואס דאס בייגט זיך. א שטעקן איז א זאך וואס בייגט זיך נישט. איז דער שטעקן דער שבט דארף נישט זיין דווקא א גאש... נישט בייז, אבער שטארק, הייסט דאס א שבט. גיב א דוגמה. געווען א מעשה מיט'ן פריערדיקן רבין, אז דער פריערדיקער רבי איז געווען פיר-פינף יאר אלט. איז דער טאטע, דער רעבי רש\"ב, אריינגעקומען אין חדר אוכל און געזען אז דער אינגל עסט אין דער פרי עפעס. פרעגט ער דעם זון: שוין געזאגט ברכות? און דער אינגל ענטפערט נישט. האט דער רעבי רש\"ב גענומען אויסרעדן אים אויף וואס הייסט מען עסט אן ברכות? איידער מען זאגט ברכות השחר. איז דער פריערדיקער רבי געווארן, גענומען טרייסלען זיך, גענומען ציטערן. וואס הייסט? ער האט פארשאפט דעם טאטן עגמת נפש, און דער טאטע איז מיט אים נישט צופרידן. איז די רעביצין געשטאנען, זאגט די רעביצין: לאז אים, ער ציטערט שוין. זאגט דער רעבי רש\"ב: אז מען עסט פאר ברכות השחר, מעג מען ציטערן. זאגט די רעביצין: אבער ער איז דאך א קליין קינד. זאגט אויף דעם דער רעבי רש\"ב: א קינד ווערט נישט לאנג און ער ווערט א דערוואקסענער. ער ווערט עלטער. און אז מען ווערט עלטער, כאפט מען זיך ערשט וואס פאר א קינד מען איז. איז ממילא דער חילוק פון א קינד ביז א דערוואקסענער איז נישט אזוי ווייט. שרייבט אויף דעם דער פריערדיקער רבי, אז א דאנק דעם אויבערשטן פאר אזא חינוך וואס דער טאטע האט אים געגעבן. וואס מען זעט אין דעם איז, אז הגם דער רבי האט זיך נישט געבייזערט, דער רעבי רש\"ב, און ס'איז נישט געווען קיין שטרענגע ווערטער, ס'איז נישט געווען חס ושלום קיין זידל-ווערטער, אבער ס'איז געווען א שבט, שבט פיו. דא נישט געווען פארוואסערן \"ער איז נאך א אינגעלע\", \"ער וועט מער נישט טאן\", \"ס'איז נאר חינוך\", \"נישט אזוי פול פוגם\", \"נישט אזוי...\". די זאך איז אמת, און די זאך איז וויכטיג, און מען פארוואסערט נישט, און מען פארקלענערט נישט, און מען פארקוקט נישט. און אויף דעם זאגט דער פריערדיקער רבי: א דאנק דעם אויבערשטן פאר אזא חינוך. איז איינע פון די ערשטע כללים אין חינוך איז, מען קען נישט רעדן האלבע ווערטער. קינדער פארשטייען נישט קיין האלבע ווערטער. מען קען נישט ארומשניידן א קינד: \"וואס הייסט דו האסט געזאגט א ליגן?\" אבער אז ער הייבט אן וויינען און זאגט אז ער וועט מער נישט טאן, \"גוט, מען דארף שוין מער נישט רעדן\". די זאך מוז פאראכטן ווערן. און אז מען הייבט אן מיט חינוך, און מען מאנט א זאך ביי א קינד, און שפעטער פארגעסט מען וואס מען האט געמאנט, אדער מען מאנט נישט ווייטער, אדער מען מאנט ווייניגער - יענמאלט כאפט עס ביים קינד אז די זאך איז נישט אמת, און די זאך איז נישט וויכטיג, און ער הערט בכלל אויף הערן. ער זעט דאך אז מען דארף נישט הערן, ווייל מארגן וועט דער טאטע בייטן בכלל, און ער וועט נישט מאנען, אדער מאנען עפעס אנדערש, מאנען ווייניגער. און דאס מאכט חרוב דעם גאנצן חינוך. איז די ערשטע זאך דארף זיין, אז דאס וואס מען מאנט ביי א קינד, מוז מען זיין קלאר ביי זיך, אז דאס דארף זיין, און דאס דארף מען דורכפירן, און מען וועט נישט אפלאזן ביז די זאך וועט נתקן ווערן. און אויף דעם דארף מען טראכטן יעדער טאג. אז מען טראכט נישט יעדער טאג, ווערט פארלוירן דער סדר און דער תכלית פון דעם גאנצן חינוך. די צווייטע זאך איז, מען דארף זוכן ווערטער וואס נישט נאר די ווערטער זענען נישט קיין בייזע, זידל-ווערטער חס ושלום, נאר עס זאלן זיין ווערטער וואס לאזן זיך געדענקען, ווערטער וואס זענען געשמאקע און בלייבן אינזכרון. הערט נאך א מעשה'לע פונ'ם פריערדיקן רבין. דער פריערדיקער רבי האט געלערנט גאנץ געשמאק. אבער ער האט געלערנט זייער שנעל. ער האט א גיכע קאפ געהאט, א שנעלע קאפ, און האט שנעל געלערנט. א מאל איז ער געזעסן און געלערנט, איז פארבייגעגאנגען דער טאטע, דער רעבי רש\"ב, און ער האט געהערט ווי ער לערנט גיך, שנעל. שפעטער האט אים דער טאטע צוגערופן און האט אים געזאגט: \"ואבדתם מהרה מעל הארץ הטובה אשר ה' אלקיכם נותן לכם\". האט ער דאס געטייטשט אזוי: \"ואבדתם מהרה\" - מען דארף פארלירן דעם איילעניש, דעם \"מהרה\". מען דארף זיך נישט איילן. מען דארף אנווערן דעם איילעניש. פון דעם גוטן רצון וואס דער אויבערשטער גיט און מ'זוכט א מ'האט א געשמאק אין לערנען און ס'וויל זיך לערנען איז פון דעם גוטן רצון פון דעם ארץ טובה זאל מען צונעמען דעם מהרה. און דער רבי זאגט אז דאס די פאר ווערטער האט אויף אים געפועלט אזוי שטארק אז ער האט גענומען דעם גאנצן גיבוש מיטן זאך מיט די גאנצע גאנצע אופן הלימוד. וואס דאס ווייזט דאס א דוגמא א מ'קען דאך זאגן א זאך אזוי פשוט מ'האט דאך געקענט זאגן אייל זיך נישט לערן פאמעלעך. מ'קען זאגן אפילו שענער אז בעסער איז און ס'געדענקט זיך בעסער און ס'איז מער מיושב'דיק אז מ'לערנט פאמעלעך. מ'קען דאך די זאך זאגן אין פשוטע אותיות פונדעסטוועגן האט דער רבי רש\"ב געפונען א מליצה א א פסוק וואס דאס לאזט זיך געדענקען דאס ליגט אין קאפ און דאס פועל'ט א סך בעסער און שטארקער אויף א אויף א מחונך. נאך איין זאך: דער עצם טראכטן וועגן דעם חינוך פון א קינד האט א א שטארקע פעולה אויף דעם חינוך ווייל אז א קינד פילט אז דער טאטע דער מאמע טראכט פונוועגן אים און וועגן זיין חינוך בשעת ער איז גאר אין גאס שפילט זיך אדער ער איז אין ישיבה און לערנט אדער ער איז אוועקגעפארן אין קעמפ זומער און בשעת ער איז נישט געווען אינדערהיים האט דער טאטע געטראכט וועגן זיין חינוך און בשעת ער איז אהיים געקומען האט דער טאטע געהאט צוגעגרייט דאס וואס ער וויל דעם קינד מחנך זיין און וואס ער וויל דעם קינד לערנען און וואס ער וויל אים זאגן איז די עצם זאך וואס דער קינד פילט אז דער טאטע האט שוין לאנג געטראכט וועגן דעם דאס פועל'ט א סך אז דער חינוך נעמט זיך צו ביים קינד געשמאקער און און גרינגער. און נאך א מעשה פונעם פריערדיקן רבי'ן: דער פריערדיקער רבי איז געקומען פון חדר און געפרעגט ביים טאטן פארוואס דער אויבערשטער באשאפן א מענטשן מיט איין מויל איין נאז אבער צוויי אויגן. און דער פריערדיקער רבי האט יעמאלט געלערנט עברי. פרעגט אים זיין טאטע דו ווייסט דעם חילוק פון א שין ביז א סין? זאגט ער יא די שין האט א פינטעלע אויף דער רעכטער זייט און די סין איז א פינטעלע אויף דער אויף דער לינקער זייט. זאגט דער רבי די רעכטע זייט איז די רעכטע אויג דאס פינטעלע פון שין איז די רעכטע אויג דאס פינטעלע פון סין איז א לינקע אויג. די רעכטע אויג איז דאך א שטארקע איז דערפאר איז דאס א שטארקע אות א שין. און די לינקע אויג איז דאך א שוואכערע אויג איז דערפאר די אות א שוואכערע א רפה א סין. די רעכטע אויג האט אונז דער אויבערשטער געגעבן די שטארקע אויג איז אויף צו קוקן אויף א צווייטן איד מיט א רעכטער אויג מיט א שטארקער אויג. און די לינקע אויג דאס איז אויף צו קוקן אויף אויף צוקערקעס אויף קענדיס. שרייבט דער רבי אין זיין יומן וואס ער האט אנגעהויבן שרייבן צו ניין יאר אלט שרייבט דער רבי אין זיין יומן אז די פאר ווערטער האבן אים אזוי אנגערירט אזוי טיף אנגערירט אז ס'האט זיך געעפנט ביי אים א קוואל מיט אהבת ישראל פון איין זייט און פון צווייטן זייט האט ער פארלוירן דעם געשמאק אין קענדיס. קענדיס זענען אים געווארן נישט וויכטיג. כ'האב געלערנט די מעשה אין לקוטי דיבורים דאכט זיך און ביי מיר איז געווען א שאלה בין איך צוגעגאנגען צום משפיע מיינעם כ'בין געווען אין ישיבה א בר מצווה בחור און כ'האב געפרעגט ווי קומט דאס אז א פאר ווערטער קענען אזוי בייטן א מענטש? טאקע א שיינער תירוץ א געשמאקער תירוץ אבער אזוי איבערקערן א מענטש ווי וואס וואס איז דאס? כ'האב אפילו געפרואווט שפעטער מיט מיינע אייגענע קינדער כ'האב געפרואווט זאגן די זעלבע חכמה. פרעג איך מיין קינד דו ווייסט פארוואס פאר א שין און א סין צוויי אויגן דאס איז די רעכטע זייט די לינקע זייט און כ'האב געזאגט די גאנצע תורה ער קוקט מיך אן און ס'האט גארנישט געפועל'ט. האט מיר דער משפיע געזאגט יעמאלט זאגט ער דו מיינסט אז דער רבי רש\"ב האט דאס אלץ אויסגעטראכט בשעת דער פריערדיקער רבי איז געקומען און געפרעגט די שאלה וועגן צוויי אויגן? נישט אַזוי. דאָס איז געווען וואָס דער רבי רש\"ב האָט געהאַלטן גרייט אויף זאָגן דעם פֿרידיקן רעבן ווײַל ער באַ דעם האָט געהאַלטן דעם חינוך. דער מהלך החינוך האָט געהאַלטן אַז יעצט דאַרף מען זאָגן דעם קינד דעם חילוק פֿון דאָס וואָס איז אַ געשמאַקע זאַך, אַ טיפֿע זאַך און אַן אמתע זאַך וואָס דאָס דאַרף מען קוקן מיט אַ רעכטער אויג, און דאָס וואָס מען דאַרף אַ ביסעלע אָפּשוואַכן דעם געשמאַק אין די קענדיס. איבערבאַלד אַז דער רבי האָט וועגן דעם געטראַכט פֿון פֿריִער און האָט געוואַרט נישט סתם געזאָגט ווײַל ער וויל דאָס זאָגן, ער האָט געוואַרט ביז דער קינד האָט געפֿרעגט אַזאַ שאלה וואָס די שאלה האָט זיך לאָזן ענטפֿערן אויף דעם מושכל. איז פֿאַראַן צוויי זאַכן. די ערשטע זאַך איז וואָס דאָס האָט דער רבי געטראַכט פֿון פֿריִער. דאָס איז נישט געווען אויף איין מאָמענט געזאָגט אַ חכמה. דאָס איז געווען צוגעגרייט פֿאַרן פֿרידיקן רעבן ווײַל ער דאָס טאַקע האָט געדאַרפֿט הערן. און צווייטנס נישט נאָר צוגעגרייט נאָר לאחר וואָס דער רבי האָט דאָס צוגעגרייט האָט ער געוואַרט אויף אַ ריכטיקן מאָמענט, ווען דער קינד האָט געפֿרעגט אַזוי בײַם סדר פּסח ווען דער קינד האָט געפֿרעגט יעמאָלט האָט מען אים געגעבן ענטפֿער איז דאָס סך רײַכער און עס פֿועלט אַ סך שטאַרקער און טיפֿער. אין דעם הײַנטיקן מצבֿ אַז מען וויל האָדעווען קינדער זאָלן האָבן אַ געשמאַק אין איידלקייט און אין געטלעכקייט וכו' דאַרף מען נוצן די אַלע דריי זאַכן. ערשטנס דאַרף מען רעדן זייער דײַטלעך זייער קלאָר ווי אַ שבט, נישט בייגן זיך נישט בײַטן זיך אין מיטן נישט אָפּלאָזן אין מיטן נאָר דורכזען די זאַך ביז צום סוף. די צווייטע זאַך איז אַז עס דאַרף זײַן די אותיות דאַרפֿן זײַן געשמאַקע און מתיקות וואָס לאָזן זיך געדענקען וואָס ליגן אין קאָפּ. און די דריטע זאַך איז עס דאַרף זײַן צוגעגרייט פֿון פֿריִער נישט אויף איין מאָמענט. דער רבי האָט צוגעגעבן מיר דאַכט זיך אַ חידוש פֿאַר אונדזער דור אַז אַפֿילו יונגע קינדער דאַרף מען זיי אָנהייבן לערנען אַז זיי זענען אַחראי אויף דער איידלקייט און אויף די מצוות און אויף דער הנהגה פֿון חבֿרים אָדער חבֿרטעס. פֿון די ייִנגסטע צײַט פֿון די ייִנגסטע יאָרן דאַרף מען זען אַז אַ קינד זאָל זײַן אַ משפּיע און נישט אַ מושפּע. און דאָס היט אָפּ פֿון אַ סך אומגעוווּנטשענע זאַכן. און אין הלכה הלכה אותיות קען מען זאָגן אַז איידי דטריד למפלט איז לא בלע, אַז אַ קינד איז פֿאַרונומען מיט לערנען יענעם מיט פֿאַרריכטן יענעם מיט אָנווײַזן יענעם ווי מען דאַרף זיך פֿירן איז יעמאָלט איז ער אָפּגעהיט אַז ער זאָל נישט זײַן אַ בלוע פֿון די זאַכן וואָס טויגן נישט. איז אַז אַ קינד האָט אַ חבֿר און דער חבֿר פֿירט זיך נישט אַזוי אײַ אײַ אײַ דאַרף דער ייִנגל פֿילן אַז ער איז דער אַחראי און דאָס איז זײַן חובֿ אויף צו זאָגן דעם חבֿר ווי מען דאַרף זיך יאָ פֿירן און ווי צו פֿירן זיך בעסער וכו'. און ווי שוין דערמאָנט איז לאחר ככלות הכל איז דאָס אַלץ תּלוי אין סייעתא דשמיא. עס זאָל דער זכות פֿון רבי וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן ספּעציעל מיט קינדער און האָט געגעבן אַ הבטחה די שלוחים איבערבאַלד אַז זיי פֿאָרן דאָך אַוועק וווּ אין שטעט און אין ערטער וווּ די קינדער האָבן נישט קיין חבֿרים אָדער חבֿרטעס וואָס פֿירן זיך ווי מען דאַרף, האָט דער רבי געזאָגט אַ הבטחה אַז דער אַחריות פֿאַר קינדער נעמט ער אויף זיך אַז די קינדער זאָלן בלײַבן גאַנץ. איז מסתּמא איז דאָס נישט נאָר פֿאַר די קינדער פֿון שלוחים דאָס איז פֿאַרן גאַנצן דור אַז דאָס איז אַ דור וואָס קינדער דאַרפֿן זײַן ספּעציעל אָפּגעהיט. זאָל דער זכות פֿון רבין און דער אַחריות וואָס דער רבי האָט גענומען אויף קינדער פֿון אונדזער דור זאָל אונדז בײַשטיין און ברענגען די סייעתא דשמיא אַז מען זאָל האָבן אמתע ייִדישע חסידישע נחת פֿון אַלע קינדער פֿון אייגענע קינדער און פֿון אַלע קינדער און מען זאָל קענען זאָגן ראו גידולים שגידלנו און פֿירן זיי קעגן משיח צדקנו. שאלות יע? אויב מען וויל? אויפן ווי געשריבן אויפן פראגראם אז נאך די רעדע וועט מען געבן א צייט באשטימען אויף שאלות ותשובות איז יעצט די אלע וואס ווילן פרעגן שאלות נאר פאמסודדיגן אופן זענען פריי צו פרעגן יעצט וואס מען וויל. איז אזוי, מיר זענען מחנך קינדער נאר דורך בזיונות. ווען ווי סי די קיד איז נאט בעהעיווינג הימסעלף דען ווי אר מחנך. ענד אדער דען דעט איטס דזשאסט טאקי אזוי. אמאל פראבירט מען עס דארף אזוי זיין בערך. איך זאג בכלל איז דאס וויאזוי מען דארף מחנך זיין, אבער די גמרא ווי מ'דארף רעדן, האט ער גאנץ נישט געקענט די גמרא. עס קען זיין א מורא'דיגע הויכע זאך צו רעדן, דאס דארף מען דאס ברענגען. דער עולם ווארט וואס מ'דארף יא רעדן, ער ווייסט נישט וואס. איבערהויפט ווען מען פרעגט בערך א מורא'דיגע זאך. אזוי דאס איז די עיקר, די עיקר עיקר זאך אין חינוך וואס מען נעמט דאס נישט ערנסט. וואס מען נעמט דאס נישט ערנסט. א קינד, מחנך זיין א קינד, דארף מען דאס זען און באטראכטן דאס ממש די זעלבע זאך היינט נאך, מען פארשעמט א קינד און נישט ווייניקער. מען דארף דאס אויך ערקלערן, נישט דעמאלטס זאגן ווען מען מוסר'ט א קינד ווען ס'געשען מעשיות ווען מען פארשעמט. דארף מען נעמען א זמן ווען מען איז רואיג ווען דאס קינד איז רואיג און נישט פאר אנדערע קינדער, אלע חברים. און דאס איז א מעשה בכל יום, מען שרייט אויף א קינד און מען פארשעמט בשעת אנדערע קינדער שטייען, אפילו אייגענע ברידער און שוועסטער. ס'איז דאך א גאנצע זאך וואס... מען דארף זיין בערך. איך האב געהערט א חסידישע מעשה פון א רב וואס איז געווען ביי פארשידענע רבי'ס, ביים קאזשניצער מגיד. ער האט געוואלט זען א מופת, ער איז געקומען צו איין רבי, ער האט געדאווענט ביים בעל שם טוב, ער האט זיך מייאש געווען. ער איז געקומען צו זיין אייגענעם רבי און דער רבי האט געבעטן ער זאל בלייבן, הייסן דא בלייבן. ער איז צוגעגאנגען צום רבי'ן און געזאגט 'רבי, מיט ברעכן פיס ווערט מען נישט קיין חסיד'. ס'איז טאקע א גרויסער נס, אבער פון דעם ווערט מען נישט קיין חסיד. אזוי איז מיט חינוך אויך, מיט ברעכן פיס ווערט מען נישט... מאכט מען נישט אן ערליכן איד. און דער סדר דער דאזיקער אין חינוך, דאס הייסט ווען מען בינדט אים די הענט און פיס זאל נישט קענען דינען דעם באשעפער, אבער מען מוז אים, מ'האט אים דאך עפעס מחנך געווען. און דאס דארף מען זאגן א קינד, דארף מען איבערטראכטן א פאר מאל, ווייל בכלל מען שרייט אזוי, שרייבט דאך דער שבט מוסר מיט דעם א כלל אין שרייבעריי, אז דאס וואס מען האט אפגעשריבן א זאך דארף מען דאס איבערלייענען צו זען צו פארשטיין וואס מען האט געמיינט צו זאגן. אלעס. און רעדן אזוי א פאר מאל, מען וויל פועל'ן ביים קינד אן איידלקייט אדער א גוטסקייט אדער אן ערליכקייט. מען זאגט דעם קינד: 'איך קען נישט ליידן אז דו פירסט זיך אזוי'. וואס האט מען דא געזאגט? וואס האט דאס קינד יעצט געהערט? אז די זאך טויג נישט? אז מען טאר נישט? אדער דער טאטע וויל נישט? ס'איז גאנץ אן אנדער מוסר השכל. למעשה האט ער געהערט אבער ער האט עס נישט דעהערט. למעשה דער טאטע האט נישט געזאגט וואס ער וויל זאגן, דער טאטע האט געוואלט זאגן אז מען טאר נישט, אבער וואס דאס קינד האט געהערט איז נישט אז מען טאר נישט, נאר דער טאטע גלייכט נישט עפעס אנדערש. ס'איז א גאנץ אנדער ווארט וואס דאס קינד האט פארשטאנען איז אז א צווייט מאל דארף מען דאס טאן בשעת דער טאטע זעט נישט. דאס פארשטייט א קינד, דער טאטע קען נישט ליידן. אזוי אז די אייגענע שפראך האט ער פארשטאנען, אבער ס'איז ליידער נישט דאס גוטע ווארט. דאס קינד האט פארשטאנען דעם טאטן, אפשר. אזוי האט ער געזאגט. אבער מען זעט ליידער, מען זעט א... א זאך וואס טרעפט, כ'ווייס וואס דארף נישט טרעפן. אזא יינגל וועט... א ביסל עלטער, פערצן פופצן יאר, ער וועט נישט... ער וועט נישט גיין אין ישיבה, ער וועט נישט קומען צו מצוות. און מען פרעגט זיך 'וואס איז?' דאס וועט... דאס וועט פאסירן אזא זאך. אז ער זאגט 'דאס איז נישט פאר מיר'. איך האב טאקע געהערט ביז איך האב ארויסגעגאנגען פון... פון הייסקול, כ'בין געווען ביים טאטן, אבער ס'איז נישט... ס'איז נישט מיין זאך, ס'איז נישט פאר מיר, ס'איז דעם טאטנס יידישקייט, נישט מיין יידישקייט. און מען זעט טאקע דאס... דאס נעמט זיך פון דעם שפראך, אז די גאנצע צייט דער טאטע האט נישט גערעדט ווי די זאך איז, נאר ווי... ווי ער איז באמת. איך גלייב נישט... איך האב דאס שוין געזאגט א טויזנט מאל, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן? נישט דאס זאל ער הערן. ער דארף הערן אז דאס איז דיין מצווה, דאס איז דיין אייבערשטער, דאס איז דיין נשמה. און איך העלף דיר ווייל איך בין דיין טאטע. אבער נישט וואס דו מאכסט מיר עפעס, דו מאכסט מיר בייז. א גראון-אפ פארשטייט... הערט צוויי קינדער... נישט קיין... נישט קיין פרעמדער וואס גייט. דער טאטע האט א שיעור פאר קינדער. קליינע קינדער... אכט, ניין יאר אלט. דער טאטע איז אזוי געגאנגען, זאגט די יינגערע קינדער צום עלטערן 'כ'האב דיר געהייסן ווארטן ביז ער גייט אוועק?' 'כ'האב דיר דאך געזאגט, ווארט צו ביז ער דארף גיין' און טוט מען דאס. אבער מען פארפאלגט... און מען פארדייגט... און מען קומט אהיים און מען דארף עפעס זאגן דעם קינד, גייט עס מיט'ן גאנצן די פראסטרעישאן פון א גאנצן טאג. גיסט זיך ארויס אויפן קינד... און מען טראכט נישט פון חינוך. א מען טראכט יעדן טאג דעם קינד אבער ער האט אן אנדער טאג. ווען א פאטש אדער א באמבא מאכט א מאל א דיפרענס צום מענטשלעך שלאגן א קינד. צום מענטשלעך שלאגן... אבער איך האב געזאגט... אן אמעריקאנער פרוי... שלאגן איז א... יעפ, מען מעג שלאגן א קינד. אבער איין תנאי. דו דארפסט אנשרייבן היינט ביינאכט א ליסטע זאכן דו גייסט מארגן שלאגן דעם קינד. און הענג עס אויף אויפן פרידזשידער. און דאס וואס שטייט נישט אויפן ליסטע זאלסטו אים נישט... ער פאנגט אן טראכטן, טראכטן, טראכטן, זאגט זי... כ'ווייס נישט וואס צו שרייבן אויף מיין ליסטע. א מען טראכט רואיקער היינט, אויף וואס פאר א חטא דארף מען שלאגן א קינד? א מען טראכט רואיקער היינט, ס'קומט כמעט נישט אויס... שלאגן א קינד... חוץ א בן סורר ומורה... חס ושלום. און פונדעסטוועגן... ווען מען זאל נישט טראכטן וועגן דעם, שלאגט מען כסדר דעם קינד. און נאך האט זיך דערפרעגט... דערנאך מען פרעגט 'וואס איז געווען?'... ס'איז א גאנץ אנדער טראכט... א גאנץ אנדער טשיילד עביוז. ווייל מען האלט... מען פארלירט זיך... מען גיט א פאטש, אבער דאס איז נישט קיין חשבון, דאס איז נישט קיין סדר. אקעי, מען פארלירט זיך, פארלירט מען זיך. דאס איז... גוט, אבער דאס איז שוין אן אנדער שפראך, אן אנדער רעד. אבער מאכן א סדר פון פאטשן און פון דאס, דאס דארף מען טראכטן. איך וואלט... דאס איז נאך א זאך. איך וואלט... ביי יעדן... יעדער זאך גייט מיט א ניגון. די גמרא רעדט מיט א ניגון. לערנען דאס מיט א ניגון. יעדער זאך מיט א ניגון. יעדער זאך האט זיך זיין ניגון. מען רעדט מיט אן עלטערן, רעדט מען מיט א געוויסן ניגון, א טאן. כ'ווייס... מיט א קאסטומער רעדט מען מיט א געוויסן טאן. אז מען רעדט מיט א קינד איז דאס א צווייטער טאן. אז מען רעדט מיט א ווייב, מיט א מאן א ווייב, איז פאראן א טאן וואס מען... אויב דער טאן איז נישט דער ריכטיקער, מאכט דאס חרוב די שטוב. די גאנצע הויז ווערט חרוב. אז מען רעדט... איך מיין... אז א טאטע רעדט מיט... מיט'ן... און נוצט נישט דעם ריכטיקן קול ווי מען דארף רעדן צו א טאטן, מאכט דאס חרוב די גאנצע הויז. אז א יינגערער רעדט מיט אן עלטערן און נישט מיט'ן ריכטיקן טאן, מאכט דאס חרוב דעם גאנצן חינוך וואס מען האט געגעבן, ס'העלפט גארנישט. ס'טאַקע פֿון די סימנים פֿון משיח, אָבער מע דאַרף נישט אַזוי מהדר זײַן אין די חוצפּה יסגא. טאַקע ווײַ טאַקע איז די חוצפּה סאָ גרעיט הײַנט? און אַלע פֿרעגן די זעלבע שאלה, אַז מיר האָבן קיינמאָל נישט געהאַט אַזאַ חוצפּה צו אונדזערע עלטערן, מיר וואָלטן קיינמאָל נישט גערעדט צו אן עלטערן ווי ווי דאָס אונדזער הײַנטיקער דור זיי רעדן. דער אמת איז, הײַנט וואָס די עצה איז גענוי ווייס איך נישט, אָבער דער אמת איז, אַז מיר האָבן נישט קיין דרך ארץ, מע האָט אונדז נישט געלערנט קיין דרך ארץ. מיר האָבן געפֿאָלגט עלטערן ווײַל מען האָט נישט געהאַט קיין ברירה. ווי דידנט העוו קרעדיט קאַרדס. וואָס קען שוין אַ קינד טאָן אַליין אָן דעם טאַטן, אָן דער מאַמען? מע האָט אונדז נישט געדאַרפֿט לערנען דרך ארץ, דער מצב פֿון דער וועלט איז געווען א וואָס הייסט אַ קינד גייט און טוט אַליין אייגענע זאַכן, פֿאָרט זיך אַליין אין שאָפּינג סענטער? ס'איז נישט געווען מעגלעך. און ממילא האָט מען געפֿאָלגט ווײַל מע האָט נישט געהאַט קיין ברירה. יעצט אַז די קינדער האָבן יאָ אַ ברירה דאַרפֿן זיי פֿאָלגן פֿון דרך ארץ. און ווי מע לערנט דרך ארץ דאָס איז אַ גאַנצע נײַע תּורה ווײַל מיר האָבן זיך נישט געלערנט קיין דרך ארץ, ס'איז נישט געווען נוגע, ס'איז געווען א דרך ממילא. ווי לערנט מען דרך ארץ? ס'איז אַ גאַנצע מסכתא. יאָ, קולות הערן זיך פֿון די עלטערן. דאָקטוירים הײַנט, די לעיטעסט ניוז פּשוט בײַ דאָקטוירים, האָבן זיי זיך געכאַפּט אַז קינדער לײַדן, און אַפֿילו דערוואַקסענע לײַדן פֿון דעם וואָס זיי האָבן געהערט זייענדיק בײַ דער מאַמען אין בויך. זיי זאָגן אַז ס'איז דאָ אַ סברא, ס'איז עפּעס אַ שרעקלעכע סברא, דאָס די סואיסייד בײַ קינדער הײַנט, מיט די דראָגס, מיט די דאָס, האָט זיך אָנגעהויבן גענוי די זעלבע צײַט, די זעלבע יאָרן וואָס ס'איז געוואָרן די גאַנצע מגיפֿה מיט אַפּאָולעס. עים טאָקינג עבאַוט אַבאָרשאַנס. יאָ, אַפּאָולעס. זאָגן זיי די סברא אַזוי: אַ בשעת דער עובר הערט ווי די עלטערן רעדן צי מען זאָל יאָ האָבן צי נישט האָבן, און דער עובר הערט דאָס, בלײַבט בײַ אים דער אײַנדרוק אַז אָדער ער וועט לעבן אָדער ער וועט נישט לעבן, מע קען וועגן דעם מע קען זיך דינגען וועגן דעם. יעדע סברא לכאן און סברא לכאן. ממילא איז בײַ אים דאָס לעבן נישט קיין אַוודאי, ס'איז נעגאָשיאבל ווײַל ער האָט געהערט ווי די עלטערן זאָגן דאָס. ממילא אַז די גמרא זאָגט אַזאַ זאַך ווייס מען דאָך, אָבער אַז די דאָקטוירים זאָגן שוין, דאַרף מען זיך זייער היטן, ווי מען האָט גערעדט פֿריִער, מע דאַרף זיך היטן אַז דער טאָן אין שטוב זאָל זײַן דער ריכטיקער טאָן. ווײַל אַפֿילו מע זאָל זאָגן די בעסטע חכמות און געבן דעם בעסטן חינוך... אבער נישט אין דעם ריכטיגן טאן, פועל'ט עס נישט און ס'קען נאכאמאל ערגער מאכן. ס'פארהאנען א טאן, ווייסט למשל, איינער שרייט, איינער בייזערט זיך. מ'זעט עס מעשה בכל יום, ער שרייט, ער בייזערט זיך, ער קוויטשעט, און מיט אמאל קלינגט דער טעלעפאן, ער הייבט אויף דעם טעלעפאן, א נייער טאן. מיט אמאל רעדט ער געלאסן. זעט מען דאך, מ'ווייסט, מ'ווייסט דאך וועלכן טאן מ'דארף נוצן. נאר מ'פארגעסט פון צייט צו צייט. מ'דארף נוצן דעם ריכטיגן טאן, אז דער אוויר אין הויז זאל זיין א געזונטע אוויר. און מיט'ן נישט ריכטיגן טאן, אדער צווישן טאטע און קינדער, אדער צווישן א מאן און פרוי, אדער צווישן דער טאטע און די זיידע אדער די באבע, אז דער טאן איז נישט קיין ריכטיגער, מאכט עס חרוב דעם גאנצן בנין, דעם גאנצן בית, דעם גאנצן... אז מ'האט זייער ליב דעם לעבן, איז דער חיות קען מען אויסנוצן אויף גוטע זאכן. וויאזוי? פאר א פאר זאכן. ערשטנס, אז מיט דער ווארט פון א קינד, אז ער זאל זיין דער משפיע און ער זאל זיין דער לידער און ער זאל ווייזן אנדערע און ער זאל אנפירן מיט אנדערע, לערנען מיט אנדערע, דאס גיט א גרויסן געשמאק. מ'קען זאגן א געשמאק אזא פיזיקע, אנדערע זאכן מ'קען זאגן... אוודאי, אוודאי דארף מען אויסכאפן. דארף מען צוגעוואוינען מיט דעם געשמאק, איידער ער געוואוינט זיך צו צו אנדערע געשמאקע זאכן. און דערצו, האט די געשמאקע זאך האט דאך א צווייטע מעלה אויך: דאס מאכט דעם טאטן צופרידן. און א קינד וויל מאכן צופרידן דעם טאטן. בטבע פון א קינד. ער ווייסט אז דער טאטע זאל זיין צופרידן איז דאס א כפולידיקע געשמאק. אבער דאס איז דער עיקר, אזוי דאכט זיך מיר: חינוך מיינט נישט הייסן דעם קינד, נישט סטראשען, נישט... נישט אנשרעקן. חינוך מיינט ארויסציען, ארויסברענגען דעם געשמאק וואס די נשמה האט אין א מצוה און אין א מדה טובה. און ביי א קינד איז דאס גרינגער ווי ביי א דערוואקסענער, ווייל ביים קינד הויבט די נשמה, ווערט דאך נישט אינגאנצן איינגעזאפט אינ'ם גוף ביז צו בר מצוה. אבער פון דער צווייטער זייט איז דאס קינד איז נאך ריין, און נישט פארטומלט מיט פארשידענע זאכן, איבערמאל די נשמה וואס ער האט ביי זיך איז דאס נישט באהאלטן און נישט פארלעקט, קען מען דאס גרינג ארויסברענגען. און פון דער צווייטער זייט, אז מ'שרייט אויף א קינד, מ'דערשרעקט א קינד, אדער חס ושלום אז מ'איז מבזה א קינד, פארקלעמט זיך דאס הארץ און דער מוח, און דערנאך איז זייער שווער אז דער קאפ זאל זיך עפענען, דאס הארץ זאל זיך עפענען. ס'איז א גרויסער שאדן. דארף מען זיך זייער היטן נישט מבזה זיין א קינד. דער טאן. ריפיט די קוועסטשן אלסא מ'האט געבעטן... דער טאן פונ'ם רעבי'ן וואס דער רעבע האט געזאגט אמאל, נישט קיין קינדער, ער האט גערעדט מיט לויטער גבורה. מ'זעט עס סאך אויף טעיפס אז קינדער אלע, פשוט ער גייט אראפ אויף א לעוול פאר א קינדערס פאר קינדער צו רעדן. נישט ווי דעם רעבי'ן וואס... יא. מ'דארף האבן דרך ארץ פאר א קינד, פאר א אידיש קינד. און שלאגן א קינד דארף מען איבערטראכטן טויזנט מאל. ווייל שלאגן א אידיש קינד, א נכס פונ'ם אייבערשטן, דאס דארף מען איבערטראכטן א טויזנט מאל. ווייל אז מ'גייט צו צום חינוך, דארף מען צוגיין מיט א כובד ראש. ווייל ס'איז זייער אן ערנסטע און זייער אן אחריות'דיקע זאך. און דאס, דאס נעמט מען דעם אחריות פאר א חלק אלוקי ממעל. און אז מ'רעדט מיט דעם אופן... די מאמע זאל זיין געזונט איז געקומען מאכן א וויזיט אין מינעסאוטע, ביי אונז אין מינעסאוטע. איז זי געווען אויף שבת. איז צום קידוש האב איך גענומען א בעכער, אנגעגאסן, געהאלטן ביים אנגיסן דעם בעכער. זאגט מיר די מאמע: ס'איז א קליין בעכער דא, לכבוד שבת פאסט עפעס א גרעסערן בעכער. האב איך גענומען א גרעסערן בעכער און אויפגעשטעלט. זאגט מיר מיין אינגל, ער איז געווען זיבן יאר אלט, זאגט ער מיר: טאטע דאס איז נישט דיין בעכער? זאג איך אים: איך ווייס, אבער פון היינט אן נוץ איך דעם בעכער פאר קידוש. זאגט ער: פארוואס? זאג איך אים: ווייל די מאמע האט געהייסן. און דאס האט מיר פארשפארט, דער קינד איז געווען אזוי נתפעל: א טאטע פאלגט א מאמען! נו, אז א טאטע פאלגט א מאמען איז שוין נישט וואס צו רעדן, מ'מוז פאלגן א מאמען. א... דאס איז... דאס איז שטארקער און קלארער און... האט מען זיך פארשפארט מוסרן און שרייען און טענה'ן און... די דוגמא חיה. די דוגמא חיה איז זייער וויכטיג. מ'וויל דאך קינדער זאלן זיין יראים ושלמים, אפילו אז דער טאטע אליין איז נישט אזוי איי איי איי, אבער דער קינד זאל זיין איי איי איי. וויל מען אז דעם קינד זאל זיין אזא מושלם וואס ער זעט דאס גארנישט. ער זעט דאס נישט ביים טאטן, נישט ביי אנדערע, נישט אין חדר, אבער ער זאל זיין בעסער ווי דער טאטע און ווי דער מלמד און ווי דער ראש ישיבה. דאס איז אנריעליסטיק. מ'טאר עס נישט, מ'טאר נישט מאנען ביים קינד אזא זאך וואס ער קען עס נישט באווייזן. און ער קען עס נישט באווייזן ווייל ער זעט עס נישט ביי קיינעם. מ'קען בעטן ביים אויבערשטן אז דער קינד זאל אויסוואקסן שענער און העכער און בעסער, אבער מאנען דאס ביים קינד און נאך שטראפן דעם קינד ווייל ער איז נישט אזוי ווייט מושלם ווי דער טאטע וואלט געוואלט, דאס איז נישט... מ'דארף אפמעסטן יעדן קינד דארף מען אפמעסטן ריעליסטיקלי וואס קען מען ביי דעם קינד ערווארטן. ווי דער רעבי רש\"ב שרייבט אין קונטרס, אז פראם ביי א רייכן, א קינד פון א רייכער משפחה דארף מען מאנען און ערווארטן אנדערש ווי ביי א קינד פון אן ארעמע משפחה. דאס איז אן אנדער נאטור, ס'איז אן אנדער טבע, ס'איז אן אנדער תכונת הנפש. און דאס איז דער פשט חנוך לנער על פי דרכו, נישט דעם דרך פון א נער, פון א קינד. דרכו פון יעדן קינד באזונדער. מ'דארף וויסן ביי יעדן קינד וואס זיינע חושים דערלאזן, און וואס מ'קען מאנען און וואס מ'קען האפן. אבער אויב מ'מאנט דאס וואס מ'דארף נאר האפן, איז מאכט עס חרוב דעם קינד. ער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט באווייזן צופרידן מאכן דעם טאטן, איז ממילא וויל ער בכלל נישט. סאו הי ריבעלס. איינער האט מיך געפרעגט אן אינטערעסאנטע שאלה. ס'איז געווען עפעס א... א וועלטלעכער ייד, אבער עפעס ער זוכט זיך עפעס, ער גלייכט טראכטן, הערן עפעס א ווארט. איז ער געווען ביי א בר מצווה, האט ער געהערט מ'זאגט ביי די בר מצווה אז דער קינד זאל אויסוואקסן אז ער זאל זיין א חסיד, ירא שמים און תלמיד חכם. א חסיד, ירא שמים און תלמיד חכם. פרעגט מיך דער ייד, זאגט ער: ווי איך פארשטיי איז א חסיד איז לפנים משורת הדין, במילא פארשטיי איך נישט דעם סדר הדברים. וואס הייסט א חסיד, ירא שמים און למדן? דאס דארף זיין פארקערטער סדר. פריער ירא שמים, אן יראה אן תורה. דערנאך א למדן. דערנאך, ער וועט גרייכן די מדרגה פון... פון לפנים משורת הדין וועט ער ווערן א חסיד אויך. אבער ווי הייבט מען אן גלייך מיט חסיד? מיר דאכט זיך אז דער ווארט איז, א חסיד איז נישט... איז נישט לפנים משורת הדין אין חומרות אדער אין הידור מצווה. הידור מצווה איז נישט... איז נישט לפנים משורת הדין. הידור מצוה איז דער דין. און אפילו אז איינער איז מחמיר שטארק, איז דאך ווייל ער וויל אפהיטן דעם דין. איז וואס איז דער פשט לפנים משורת הדין? ובכלל לפנים משורת הדין איז טאקע עפעס א חסידישע ווארט. וואס הייסט לפנים משורת הדין? א מע טרעט אפ פון דין, טויג נישט. איז דאך א געפאר. איז וואס איז דער פשט לפנים משורת הדין? איז ל'פשוטן פשט, מ'דאכט זיך אז וואס ליגט לפנים משורת הדין? וואס ליגט לפנים פון דער מצוה? לפנים פון דער מצוה איז דער מצווה. נאר וואס? א מ'זוכט העכער, טיפער, לפנים פונעם דין איז דער נותן הדין, איז דער מצווה. א חסיד איז דער פשט, אז בשעת ער טוט א מצוה איז דאס נישט נאר לשם מצוה, נאר לשם המצווה. און דאס דארף מען אנהייבן גלייך פון אנהייב. נישט דאס קומט לבסוף, לאחר וואס מ'איז א ירא שמים און א למדן, הייבט מען אן דינען דעם אויבערשטן. מע דינט דעם אויבערשטן גלייך מיט דער ערשטער מצוה. אז מע זאגט אויף א קינד ער זאל זיין א חסיד, א ירא שמים, א למדן, מיינט מען דאס פראקטיש גערעדט, אז בשעת מען איז מחנך א קינד, און מע זאגט אים די ערשטע מצוה - אנטאן א טלית קטן, אנטאן א יארמלקע, מאכן א ברכה, דארף מען אים גלייך מחנך זיין אז דאס טוט ער פארן אויבערשטן, נישט פארן טאטן, און נישט פאר עולם הבא, און נישט פאר גן עדן. ער טוט עס ווייל דער אויבערשטער האט געבעטן א קינד זאל מאכן א ברכה. אט דאס איז לפנים משורת הדין. דאס דארף זיין דער ערשטער צוגאנג. א יידיש קינד וויל דער אויבערשטער טון אזוי און אזוי. אבער אפט פארגעסט מען, מע לאזט אויס די ווערטער. אט דאס איז דער דין, אזוי זאלסטו זיך פירן, מע טאר נישט טון אנדערש, דיין חוב, די מצוה איז אזוי. און מע לאזט אויס דעם אויבערשטן. מע דארף דעם קינד זאגן, דארף געבן דעם אדרעס, פון וועמען, פון וואנעט נעמט זיך אט די מצוה. עס נעמט זיך פונעם אויבערשטן. ווער דארף האבן פון דיר די מצוה? דער אויבערשטער. דער אויבערשטער אליין. דאס קען אפשר פארשפארן און אפהיטן אז שפעטער זאל נישט קומען דאס קינד צו גיין און זאגן, אט דאס איז דיין יידישקייט, נישט מיין יידישקייט, וואס, וואס ווילסטו פון מיר? דו זיי פרום, איך וויל נישט זיין פרום. דאס איז א מעשה בכל יום וואס מע הערט דאס פון טינאיידזשערס. ווערט א ביסעלע עלטער, מיט אמאל כאפט ער זיך אט דאס איז נישט מיין זאך. דער טאטע וויל זיין פרום, דערפאר, וואס בין איך מחויב? פון וואנעט נעמט זיך אזא געדאנק? וואס הייסט דאס איז דעם טאטן'ס א זאך? איז אדער ווייל דער טאטע האט כסדר געזאגט איך הייס דיר, איך גלייך נישט אז דו פירסט זיך אזוי, איך קען נישט ליידן אז דו ביסט אזוי. עס איז געבליבן ביים קינד אן איינדרוק אדער דעם טאטן'ס א זאך. אדער אפילו מען האט נישט גענוצט אט דעם אויסדרוק, אבער מען האט נישט דערמאנט דעם אויבערשטן. בשעת מען הייסט א קינד טון, ווער הייסט? אז מען זאגט נישט אויבערשטער, מיינט מען דאך אז דער טאטע הייסט. נו, דאס יינגל ווערט א ביסל עלטער, ער דארף שוין נישט פאלגן דעם טאטן, קען ער אויפהערן טון. מע דארף גלייך אנהייבן אז א נשמה פון א קינד זאל גלייך אנהייבן דינען דעם אויבערשטן. נישט ווייניקער. און בכדי דאס זאל זיין מיט אן אמת, נישט קיין שפיל, און נישט סתם א קונסט פון חינוך, דארף מען דאס נעמען זייער ערנסט, ווייל דער אמת לאמיתו איז טאקע אזוי, אז דער אויבערשטער למעלה למעלה אין שמי השמים האט נחת אז א קינד טוט א מצוה. דאס איז נישט נאר חינוך. אט דאס איז געטלעכקייט. נער ישראל ואהבהו. דער אויבערשטער האט ליב אז א קינד טוט א מצוה. אט דעם אמת פונעם אויבערשטער, ליב א קינד טוט א מצוה, ברענגט דאס... ביי יעדן איינעם, איך געדענק בשעת מיר זענען געזעסן אין ישיבה, און ס'איז נישט געווען די אלע זאכן מיט... דארף מיר נישט דערמאנען. ס'איז געווען די גוטע צייטן, ס'איז נישט געווען וואו צו לויפן און וואו צו טון, מיר זענען געווען אינגלעך, מיר זענען געזעסן אין ישיבה, נישט געווען קיין אנדערש. און פונדעסטוועגן זיצן די קינדער אין ישיבה און זענען טאקע פון די גוטע קינדער, פון די גוטע בחורים, געדענק איך אז מיר זענען געזעסן אלע צוזאמען. צו וואס דארף מען האבן די גאנצע מעשה? אזוי מיר האבן גערעדט צווישן זיך. ווער דארף עס האבן די גאנצע מעשה? וואס ביסט טאקע עפעס א ירא שמים? דיר ענגייט די מצווה? וואס דארף וואס? און מיר האבן ווייטער געלערנט. אבער דאס איז געווען אן איבערגאנג. מיר זענען יאמאלט געווען א שטיקל פערצן-פופצן יאר אלט. דאס איז געווען דער אנהייב בשעת מען האט אויפגעהערט זיין קינדער וואס פאלגן און מען האט אנגעהויבן זיין יידן. און ביי יעדן איינעם מוז עס זיין אזוי, יעדער איינער מוז האבן דעם איבערגאנג. ווען די זאך ווערט קונה תורה, עס ווערט זיינער א זאך. איז בשעת א טינעידזשער ווארפט זיך און זאגט אז עס איז נישט זיינער א זאך, איז די ערשטע זאך איז אז מען דארף זיך נישט דינגען. פארקערט, מען דארף אים ווייזן אז דאס וואס ער פרעגט א שאלה און ער זוכט אז די זאך זאל זיין זיינער, און אויב ס'איז נישט זיינער א זאך וויל ער דאס נישט, דאס איז א גאנץ פיינער הרגש. און מען דארף דאס טאקע פילן. איז ביז אהער איז נאך בסדר. יעצט דארף מען טראכטן ווייטער: ווי אזוי מאכט מען דאס טאקע דיינער א זאך? אבער דאס אז דו ווילסט עס זאל זיין דיינער א זאך און ביסט נישט קיין קינד און גייסט נישט נאכטאנצן, דאס איז א גוטע זאך. דאס איז א גרויסע זאך. און יעדער איינער מוז דורכגיין דעם איבערגאנג, ווען ס'ווערט תורה צו זיך. יעצט איז די שאלה, ווי אזוי מאכט מען עס טאקע זיינער א זאך? די בעסטע זאך איז אז א אינגל הויבט אן לערנען וואס דער טאטע האט נישט געלערנט, א חלק אין תורה וואס דער טאטע ווייסט נישט. אויב ער קען לערנען א חלק אין תורה וואס דער טאטע האט נישט געלערנט, איז דאך זיינער א זאך, דער טאטע ווייסט אפילו נישט. מען דארף זיך ווינטשן, מען דארף בעטן ביים אויבערשטן אז דער קינד, וואס יעדער איינער, יעדער קינד מאכט דאס דורך א רעבעליאן, אז די רעבעליאן זאל זיין אז ער ווערט פרימער פונעם טאטן. און אז ער ווערט פרימער פונעם טאטן, איז דאך זיינער א זאך, ס'איז נישט דעם טאטנס א זאך. אבער מען דארף עס לאזן. אמאל האט מען מורא צו לאזן דעם קינד. א קינד וויל פרעגן א שאלה און ס'איז חלילה א ביסעלע אן אפיקורסות'דיגע שאלה, דארף מען זיך נישט דערשרעקן. אפילו בשעת א קינד פירט זיך נישט ווי מען דארף, דארף מען דאך יאמאלט אויך געדענקען אז דאס איז א יידישע נשמה און דאס איז א נכס של הקדוש ברוך הוא. און סוף כל סוף איז דאך יעדער זאך, איין משנה זזה ממקומה, קדושה ווערט נישט פארפאלן, און ער וועט עס דורכמאכן, דורכקייען די קשיות מיט די זאכן, און ער בלייבט א יידיש קינד. מען דארף ביי זיך האבן די שטארקייט און דעם בטחון און די אמונה אין דעם אמת פון אמת. און וויבאלד מען האט אים געלערנט אמת און ער האט דאך געזען אמת, איז וואס הייסט אוועקגיין? ער קען נישט אוועקגיין. ער וועט זיך ווארפן און ער וועט זיך דאס, פרעגן שאלות, אבער ער קען דאך נישט אוועקגיין, ער האט דאך געזען אמת. און ער האט אין זיך אמת. איז נאר א שאלה ווי מען דארף אן עצה געבן מיט דעם נפש הבהמיות וואס פרעגט שאלות. גוט, זאל ער פרעגן די שאלה, און זאל ער טאקע פרעגן ביז ער האט א תירוץ צו די שאלה. אבער נישט אפזאגן דעם קינד, ווייל ער זוכט זיך פארענטפערן זיינע שאלות. און פארקערט, דאס אליין קען מען געבן א קאמפלימענט. ס'איז א סימן אז ער וואקסט אויף, א סימן אז ער איז נישט קיין קינד, א סימן אז ער האט א קאפ און ער קען פרעגן א שאלה. דענאָך דאַרף מען מיט אים אָנהייבן לערנען זאַכן וואָס מען לערנט נישט מיט קיין קינד. טיפערע זאַכן, געשמאַקערע זאַכן, וואָס ס'איז נישט פונעם סדר הישיבה. ווייל סדר הישיבה איז וסרת שמה און ס'האָט נישט דעם טעם. דאַרף מען אים זוכן אַזאַ זאַך, צי דאָס איז חסידות, צי דאָס איז סיפּורי צדיקים, צי דאָס איז אַפילו ספרי חקירה, כוזרי, צי וואָס מען דאַרף. און דאָס קען אויסהיילן און פאַרענטפערן די אַלע קשיות, אַז דער יינגל זאָל נישט נאָר צוריק ווערן אַ פרומער יינגל, נאָר אַז ער ווערט אַ פרומער יינגל איז דאָס באמת לאמיתו, ווייל יעצט איז די זאַך זיין אייגענע זאַך. אַזוי אַ צוועלף-יעריק יינגל פאַרשטייט ער נישט. פאַראַמאָל... ער פרעגט יעצט גראַדע שב\"ק... ער איז אַ יינגל קנאַפּע צען יאָר אַלט, אָנהייבן פרעגן קשיות וועגן דעם אויבערשטן, פון וואַנעט איז דער אויבערשטער, וואו איז ער געווען פריער, שפּעטער... אַ קינד פון צען יאָר קען מען נישט ענטפערן די קשיות. הגם ער איז אַזאַ געראָטענע קלוגער יינגל אַז ער קען פרעגן די קשיות, אָבער אָפּצוהאַלטן דעם ענטפער קען ער נישט. ממילא דאַרף מען נישט אַפילו... יעדע זאַך דאַרף זיין לויט דעם גיל. ס'איז אַזאַ אינטערעסאַנטקייט... אַזאַ באַזונדערע זאַך. יאָ, יאָ, אָבער האָב איך געזאָגט אַז די קשיא איז אַ זייער, זייער גוטע קשיא, און פאַר אַ צען-יעריק יינגל איז דאָס געוואַלדיק. און איך בין טאַקע נתפּעל פון אים, פאַרן פרעגן אַזאַ קשיא. און אַז ער וועט ווערן פערצן-פופצן, וועט ער זיין גענוג אַלט אויף צו פאַרשטיין אַפילו דעם תירוץ. אָבער נישט פּרווון ענטפערן די קשיא, ווייל דאָס מאַכט נאָר... ס'דאַרף זיין לויט דעם גיל. איז ער שוין אַ טינעידזשער און ער פרעגט די קשיות וואָס טינעידזשערס פרעגן, איז דאָס לויט זיינע יאָרן. וויאַזוי דאַרף מען זיך פאַרהאַנדלען? היינט זענען די קינדער עקספּאָוזד צו אַ סך זאַכן אין אַ פריערדיקן עלטער ווי מען פלעגט זיין עקספּאָוזד. די קינדער קאָנפראָנטירן די עלטערן מיט זאַכן וואָס... וויאַזוי דאַרף מען זיך פאַרהאַנדלען? די ערשטע זאַך איז אַזוי: די אַלע זאַכן מער-ווייניקער האָבן צו טאָן מיט צניעות. די ערשטע זאַך איז אַז צניעות דאַרף זיין אין הויז אָפּגעהיטן הונדערט פּראָצענט. וואָס מיינט הונדערט פּראָצענט? צניעות נישט נאָר אין קליידער, נאָר צניעות אין שפּראַך, צניעות אין ביכער וואָס וואַלגערן זיך, מאַגאַזינס. די צניעות דאַרף זיין הונדערט פּראָצענט. דערנאָך, אַז מען זעט אַז דער קינד עפּעס דרייט זיך עפּעס מיט זאַכן וואָס דאָ... דאַרף מען נוצן דעם יסוד, די שפּראַך פון צניעות. נישט זאָגן אַז דאָס איז גראָב און דאָס איז גוייש, און דאָס איז... ס'איז נישט צניעות. און וואָס איז נישט צניעות? אַז מען קוקט אויף אַ זאַך וואָס איז נישט צניעות, מאַכט דאָס אַ טמטום הלב. ס'פּועלט אַ טמטום הלב, אַז דאָס האַרץ ווערט פאַרהאַרטעוועט. דאָס איז דער גאַנצער ענין. די עבירה פון חוסר הצניעות איז נישט וואָס דאָס קען פאַרפירן איך ווייס נישט וואָס... מען דאַרף אַרויסרעדן מיאוסטע זאַכן. די חסרון פון חוסר הצניעות איז אַז דאָס מאַכט קאַליע דעם האַרץ און דעם קאָפּ. אַז דער קאָפּ וועט נישט קענען פאַרשטיין און דאָס האַרץ וועט נישט קענען פילן. דאָס איז גערעדט איידל וועגן נישט איידלע זאַכן. אָבער די קשיא איז אַז חתן צוגעוווינט די עלטערן זאָגן זייערע קינדער עלטער ווערן, ס'איז נישט... די קינדער זענען נישט סאַטיספייד פונעם ענטפער. און וויפיל זיי זענען נאָט קאָמיוניקייטינג צו זייערע עלטערן... איט קריעיטס אַז די קינדער וועלן זיך באַהאַלטן פון די עלטערן, אָדער די עלטערן וועלן נאָט דיעל מיט די פּראָבלעם. יו אר סעיאינג אבאוט דהע קיד הו עסקס דהע קוועסטשאַנס. פריער גערעדט וועגן וויאַזוי מען זאָל באַוואָרענען לכתחילה צו קריעיט אַן ענווייראָנמענט אַז אַ קינד זאָל זיין מער אַ רייניקער און אַ הייליקער קינד און זאָל נישט פרעגן קשיות. איך גלייב נישט אַז אַ קינד קען זיין אַזוי הייליק אַז ער זאָל גאָרנישט פרעגן די קשיות. די קשיות מעג מען פרעגן. און מען דארף טאקע ענטפערן נאך. און מען דארף ענטפערן דער ערשטע זאך דארף מען ענטפערן לפי הגיל נישט מער וויפיל דאס קינד וויל הערן. און די צווייטע זאך מען דארף ענטפערן ווי ווי עס שטייט אין תורה און ווי דאס איז על פי תורה און אין די שפראך פון תורה. נישט נישט פון גאס נישט פון... מען דארף זאגן א קינד וואס דאס איז דער טבע פון דעם אויבערשטן באשאף פון א מענטשן ווי א קינד ווערט געבוירן אבער מען דארף עס זאגן מיט מיט דער גאנצער איידלקייט וואס באדארף. און צו דער צו דארף מען צוגעבן אלעמאל און דאס איז א זאך וואס אויב מען ווייסט צופרי איז שפעטער טויג עס נישט. און אויב מען דערוויסט זיך מען לערנט וועגן דעם אין דער ריכטיגער צייט יעמאלט איז עס זייער... נישט דו טארסט נישט וויסן דאס קען מען נישט וויסן. פאר יעדער זאך איז פארהאן א צייט יעצט איז פארהאן די צייט פאר דעם שפעטער וועט זיין א צייט פאר דעם. און אז דו ביסט א געלונגענער קינד און דו ביסט מצליח אין די זאכן וואס א קינד דארף מצליח זיין איז שפעטער וועסטו עלטער ווערן וועסטו מצליח זיין אין דעם אויך. און אז דו ביסט נישט מצליח אלס א קינד ביסטו דאך א קאליקע וועסטו קיינמאל נישט וועלן... דאנט סעי דעט משה. א קינד א קאליקע ביי דע וועי וואס וואס איז יעצט א ממש א מגפה... א קינד א קאליקע איז דער פשט א קינד וואס ביי זיך אין דער היים האט ער נישט נישט געפוילט ביים טאטן אז דער טאטע זאל פון אים האלטן און זאל זאל זאגן אויף אים אז ער איז א מענטש. אז דער טאטע זאגט נישט אויף א קינד א קאמפלימענט אז דער טאטע האלט נישט פון דעם קינד אז דער קינד איז א מענטש בלייבט דער קינד א קאליקע כל ימיו כל ימיו. דאטס דע פאדער'ס פאלט. אבער דאס אבער דאס איז דער פשט הצלחה אין זיין א קינד. די הצלחה פון א קינד איז אז ער איז צוגעפירט אין אזא אופן אז ער האט ארויסגעקראגן פונעם טאטן די סמיכה אז ער איז א מענטש. און אויב ער קריגט דאס נישט קען ער ווייטער נישט וואקסן. אז ער האט נישט מצליח געווען צו זיין דעם טאטן א קינד ווי קען ער מצליח זיין צו זיין א טאטע פון א קינד? ער האלט דאך נאך נישט ביים אלף און ער גייט שוין צום בית. און מען זעט דאס כסדר די וואס גייען וואס לויפן צו די צו די פסיכיאטריסטן און נעמען די פילן מיט דעם פראזאק מיט מיט אלע זאכן כמעט רובם ככולם ליידן פון אט דעם ענין. זיי האבן נישט געפוילט ביים טאטן דעם קאמפלימענט. אדער ווייל עס קומט זיך נישט אדער ווייל דער טאטע האט האט פארקוקט. אויב עס קומט אים טאקע נישט? אה? אויב עס קומט אים נישט דארף מען זאגן אז ער איז א מענטש טאקע זאגט נישט דעם קאמפלימענט? לאמיר נישט רירן דאס ענין. און אן אנדערעס סדר... לאמיר נישט רירן. איינער זאגט א גלייך ווארטל אז דער בן חכם דאך א גרויסער חכם ער פרעגט א שאלה פון א חכם אבער פון צווייטן זייט קומט ער איבער א יאר קומט ער נאך אמאל פרעגט די זעלבע קשיא וואו די חכמה? און פון דער צווייטער זייט דער בן רשע פרעגט א שאלה פון א רשע און הקהה את שיניו און קומט איבער א יאר פרעגט ווייטער די זעלבע שאלה. ער איז דאך נישט קיין נאר נאר א רשע וואס פרעגט ער נאך אמאל די זעלבע שאלה ער ווייסט דאך אז הקהה את שיניו. איז דער אלטער ליצנות דער חכם ווייסט אז א יינגל איז מצליח בשעת ער מאכט דעם טאטן נחת אז דער טאטע האלט פון אים דאס איז זיין הצלחה. ווייסט ער אז פאר א יאר האט ער געפרעגט די שאלה און דער טאטע האט אים געזאגט חכם פרעגט ער ווייטער די שאלה. דער רשע פון דער צווייטער זייט האט זיך מייאש געווען אז ער דארף נישט האבן דעם טאטנס הסכמה אים איז נישט נוגע צי דער טאטע האלט פון אים צי נישט. דערפאר האט ער געפרעגט אזא שאלה וואס זאל אנרייצן דעם טאטן און עס האט טאקע אנגערייצט פרעגט ער איבער א יאר נאכאמאל די זעלבע שאלה. איך דארף דיך נישט האבן און איך וועל ווייטער פרעגן די זעלבע זאך. דאס איז דער פשט א קינד א קאליקע. איך האב געהאט א פראגראם שבת א שבתון אין קאליפארניע. איז געקומען א גאנצער עולם יידן וואס אנדערע זענען געווען ממש דעם ערשטן מאל אויף א שבת אנדערע שוין געווען א ביסל לערנטער. אבער דעם גאנצן שבת איז געזעסן איינער א ייד א גרויסער א הויכער א געזונטער מיט פארלייגטע הענט ממש פארלייגטע הענט און בייז אנגעצויגן. אז ער מוז קומען, ער האט נישט געוואלט קומען, ער האט בכלל נישט געוואלט זיין דארטן. דערפאר איז ער אזוי אנגעצויגן און בייז און ער וויל נישט זאגן קיין ווארט. נאך הבדלה זעצט ער זיך צו צו מיר, זאגט איי וואנט טו עסק יו סאמטינג. ער האט מיר דערציילט א מעשה. בשעת ער איז געווען א בר מצוה יונגל, איז ער געווען אין א פאבליק סקול. אבער זיין זיידע האט געוואלט אז ער זאל האבן א בר מצוה. האט ער אים אוועקגעשיקט אלע טאג נאך, נאך די סקול, האט ער אים געשיקט לערנען זיך די הפטורה מיט אלעס, בר מצוה, בר מצוה לעסאנס. און די חברים זיינע האבן אפגעלאכט פון אים, ווייל זיי קענען גיין שפילן און ער מוז אהינגיין דארטן. האט ער זיך אנגעהארעוועט א גאנץ יאר, צוגעגרייט די, די הפטורה, אלץ ווייל דער זיידע האט געוואלט. די וואך פאר די בר מצוה איז דער זיידע נפטר געווארן. און ער איז ביז היינט צו טאג, ער איז זיבן און פופציג יאר אלט, ביז היינט איז ער ברוגז אויפן זיידן וואס דער זיידע האט אים חרוב געמאכט דעם לעבן. ווען דער זיידע וואלט געלעבט, וואלט דער זיידע געווען ביי די בר מצוה, וואלט ער געזאגט אויף אים אז ער איז א בר נש און אז ער איז א מענטש און ער האט, און אזוי האט ער געהארעוועט און א קאמפלימענט האט ער נישט באקומען. איז ער געבליבן א קאליקע אויף א גאנצן לעבן, און זיצט דא אויף א שבת צווישן מענטשן, ס'איז פשוט נישט שיין, זיצט אן אנגעצויגענער, אן אנגעצויגענער, א דערוואקסענער מענטש, און וואס קוועטשט אים? וואס ביי די בר מצוה איז געווען. אבער דאס איז דער טבע האדם. מען ווערט יו געט סטאק. אין, אין די קינדערישע יארן בלייבט מען אזוי פארהאקט אויף א ווארט. און געטינג סטאק אין די קינדערישע יארן איז דער פשט, דער טאטע האט נישט געזאגט אז דו ביסט א מענטש, ס'א מענטש. אז דער טאטע האלט נישט אז דו ביסט א מענטש, ער ווערט פארהאקט. מען דארף פירן נישט ווארטן ביז ער וועט, ער וועט זיך אזוי באווייזן אזוי פיין און אזוי גוט, אז מען וועט מוזן געבן דעם קאמפלימענט. מען דארף זען אז דער קינד זאל עפעס טון, אונטערשטעלן אז דער קינד זאל זיך פירן אזוי אז מען זאל קענען געבן דעם קאמפלימענט. אבער נישט זיין קארג אין געבן דעם, דעם קאמפלימענט. וואס איז דאס? וואס איז דער גדר פון צניעות? איך פיל אז איך רעד מיט ממש פרייע. דער רבי האט אמאל געזאגט אזא געשמאק ווארט אויף הלכות שבת. פאר וואס מסכת שבת הויבט זיך אן מיט הוצאה? מרשות לרשות? ס'פארהאן אויף דעם פארשידענע ענטפערס אודאי. דער רבי האט געזאגט אזא ווארט. שבת בכלל איז רשות היחיד. דער גאנצער ענין פון שבת איז רשות היחיד, יחידו של עולם. די ששת ימי המעשה, ימי המעשה איז דאס רשות הרבים. דער גאנצער ענין פון שבת איז אז מען זאל נישט אריינברענגען דעם רשות הרבים אין דעם רשות היחיד. נישט אריינברענגען טומאה אין קדושה. נישט אריינברענגען גויישקייט אין אידישקייט. דערפאר הויבט זיך אן די גאנצע מסכת שבת מיט דעם ענין פון הוצאה מרשות הרבים לרשות היחיד און פארקערט. צניעות איז דער פשט אז ס'פארהאן א חלק פון א מענטש וואס דאס איז שבת'דיק. און שבת'דיק דער טייטש רשות היחיד. דערנאך פארהאן חלקים פון א מענטש וואס ער דארף האבן צו טון מיט אנדערע, אפילו מיט נישט, מיט נישט אידן, אפילו מיט בהמות. דאס איז רשות הרבים. צניעות איז דער טייטש אז מען דארף מאכן א מחיצה צווישן דעם רשות הרבים און דעם רשות היחיד. עס זאל נישט ווערן קיין געמיש. ס'זאל נישט זיין קיין חילול שבת. איז מען זאגט א קינד אז דו ביסט א שבת'דיקער, ביי דיר איז פארהאן א שבת'דיקער חלק וואס איז שבת'דיק און זאלסט נישט מחלל זיין די קדושה פון דיין שבת, דאָס איז דער פשט צניעות. און אפילו פסיכאָלאָגיש כאַפּט עס די זעלבע זאַך. איך האָב גערעדט אַ מאָל מיט אַ פסיכיאַטער. כאַפּט עס די זעלבע זאַך, אַז יעדער איינער דאַרף האָבן אַ חלק פון לעבן וואָס דאָרטן איז ער פּריוואַט, וואָס ער איז פֿאַר זיך, נישט טיילן מיט קיינעם. און דאָרטן באַלאַנגט קיינער נישט, נאָר ער אַליין. און דאָס קען ער נישט געבן אַ צווייטן, דאָס מוז בלייבן נאָר ביי אים. און די וואָס פירן זיך זייער נישט צניעותדיק, בלייבט ביי זיי נישט קיין חלק וואָס מען קען אויף דעם זאָגן אָט דאָס איז ער. זיי ווערן בכלל חרוב אַלס מענטש, ס'איז נישטאָ קיין מענטש. און דאָס איז פון דעם פעלער פון צניעות. זיי נוצן אַנדערע ווערטער, אָבער דער תוכן איז די זעלבע. אָן צניעות איז נישטאָ קיין אייגענער מענטש, ער איז אַ רשות הרבים. איך האָב געהאַט גערעדט נישט לאַנג מיט אַ מיט אַ באַוווּסטן פסיכיאַטער, וואָס פופציק יאָר איז ער געווען אַ פסיכיאַטער, און איצט איז געווען אַ גאַנצע פּאַרטיי פֿאַר זיין ריטייערמענט. האָט מען געפרעגט ביי אים ביי די פּאַרטיי ביי די ריטייערמענט: ווי, וואָס האָט זיך געביטן אין די פופציק יאָר וואָס ער האָט געזען עפּעס אַ שינוי במשך פון די פופציק יאָר? ס'איז זייער אינטערעסאַנט. ס'איז אַ גוי דער פסיכיאַטער. זאָגט ער אַזוי: די ערשטע פינף און צוואַנציק יאָר וואָס ער איז געווען פסיכיאַטער איז כּמעט אַלע זיין קליענטן, אַלע פּעישענטס האָט ער ביי זיי געדאַרפט פּועלן אַז הגם דו טענה'סט דאָך אַז דו האָסט ליב דעם טאַטן און די מאַמען, אָבער גיב אַ טראַכט און גיב אַ זוך טיף טיף אינעווייניק צי דו האָסט נישט עפּעס אַ טענה וואָס דו האָסט פיינט דעם טאַטן. דאָס איז געווען די גאַנצע פסיכיאַטריע די ערשטע פינף און צוואַנציק יאָר. די לעצטע פינף און צוואַנציק יאָר זאָגט ער איז פּונקט פארקערט. איצט דאַרף ער זאָגן צו יעדן פּעישענט: איך ווייס אַז דו האָסט פיינט דעם טאַטן, דאָס איז דאָך קלאָר. האָסט טענות צו דער מאַמען, האָסט פיינט דעם טאַטן. אָבער גיב אַ טראַכט עפּעס אַ ביסעלע טיפער צי דו האָסט נישט אַ ביסעלע ליב דעם טאַטן אויך. דאָס איז דער חילוק פון די לעצטע פינף און צוואַנציק יאָר. הייסט עס בקיצור, שלום בית איז נישט נאָר צווישן איש לאשתו. שלום בית איז די גאַנצע הויז דאַרף זיין אַ שלמותדיקע. די גאַנצע הויז דאַרף זיין גאַנץ. און אַ הויז הייבט זיך אָן מיט דעם טאַטן, מיט דעם זיידן, מיט די באָבען. די גאַנצע הויז, דער גאַנצער געשטעל דאַרף זיין אַ שלמותדיקער. דאַרף רעדן מיט קינדער וועגן זייערע עלטערן, וועגן זייערע זיידעס, דאַרף דערציילן מעשיות וועגן די זיידעס, וועגן די באָבעס, די איידלקייט, די גוטסקייט, די גרייסקייט. דער בנין דאַרף זיין אַ גאַנצער, נישט אַ האַלבער, נישט אַ צעבראָכענער. ס'קען זיין אפילו מען האט נישט קיין קאָמפּלימענט זאָגן אויף אַ זיידן, זאָל מען עפּעס אויסטראַכטן, אָבער דאָס קינד דאַרף האָבן דרך ארץ פֿאַר אַ זיידן. ס'איז זייער אַ וויכטיקע זאַך. און דער אמת איז טאַקע, פון וואַנען ווי זענען מיר געוואָרן וואָס מיר זענען? נישט פון זיידן? וויאַזוי דאַרף מען זיך באַהאַנדלען מיט אַ מאָל אַזאַ קינד, אַ טיניידזשער, וואָס עפּעס ער פּאַסט זיך נישט אָן צום זעלבן סטאַנדאַרט פון פרומקייט ווי ס'איז דאָ, ס'איז אַ דור וואָס מ'קען נישט נאָכמאַכן צד שני, מ'קען נישט סעטלען שטיל אַז ס'איז גוט דעם סטאַנדאַרט, ס'איז דאָ אַנדערע מיינונגען אין דער משפּחה. ס'פאַראַן אַ כלל אַז ביים טאַטן אין דער היים ווערט מען נישט קיין ייד. ווערט מען נישט קיין ייד. מ'דאַרף אַוועקפאָרן אין ישיבה. אפילו דער טאַטע איז דער גרעסטער ראש ישיבה, אָבער דער סדר איז מ'דאַרף אַוועקפאָרן אין ישיבה. און דאָרטן אין ישיבה האָט מען געפונען אַ ראש ישיבה, אַ משפיע וואָס ער האָט אים אַוועקגעשטעלט אויפן ריכטיקן וועג. די טיניידזשער וואָס טענה'ט שוין אַז דער טאַטע האָט אים נישט וואָס צו לערנען, איז שוין צייט אַז ער זאָל גיין זוכן אַ משפיע, אַ מלמד. אַ ראש ישיבה. פאַרשטייט? און אַזוי דאַרף טאַקע זיין. איך ווייס נישט פאַר וואָס, אָבער אַזוי איז דער סדר הדברים, אַז אַ טאַטע אַליין קען נישט, קען נישט אויסהאָדעווען אַ קינד, אַ יינגל. אַז אַ יינגל מוז אַוועקפאָרן, הוי גולה למקום תורה. ס'מוז אַזוי זיין. איז אויב, אויב אַ קינד הייבט שוין אָן טענה'ן, אַז ער איז נישט צופרידן אין דער היים, איז אפשר שוין צייט טראַכטן אַז ער זאָל אַוועקפאָרן אין ישיבה. יו העוו טו אינטענסיפיי דע פּראָדזשעקט. אינטענסיפיי דע לערנען מיט דעם חינוך מיט דעם לעבן. מיידלעך איז אַן אַנדערע זאַך. ס'איז מער האָומי. איי גאָט אַנאַדער וואַן.
NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00