Zichronos book cover Zichronos is in print! Order your copy on Amazon
SUKKOT

Sukkos

The Mishnah's description of the daring young kohanim lighting up all of Yerushalayim carries a lesson about what truly earns the older generation its greatest nachas.

Part of Sukkot

Retells the Mishnah's account of the towering menoros of Simchas Beis HaShoeiva, where young kohanim scaled steep ladders carrying heavy jugs of oil to light flames that illuminated every courtyard in Yerushalayim. Shows that the chassidim's singing of shirah only came after witnessing this feat, teaching that the deepest praise of Hashem comes from seeing the next generation rise to greatness — which itself depends on the chinuch invested in them. Touches too on the Yerushalmi's teaching that Simchas Beis HaShoeiva was also a source of ruach hakodesh, as it was for Yonah HaNavi.

Audio Transcript
The Blazing Menoros and the Young Kohanim's Feat of Strength

אַ וואָרט פֿון רבין וועגן שׂמחת בית השואבה. וועגן שׂמחת בית השואבה וואָס איז געווען אין בית המקדש שטייט אין Mishnah: מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו. דער וואָס האָט נישט געזען די שׂמחת בית השואבה, האָט קיינמאָל נישט געזען קיין שׂמחה. דאָס מיינט אַז דאָס איז די גרעסטע שׂמחה וואָס קען זײַן, איז געווען בײַ שׂמחת בית השואבה. און נאָכדעם איז די Mishnah מסביר ווי אַזוי ס'איז געווען. ס'איז געווען גרויסע מנורות אויף גרויסע שטעקנס וואָס איז געהאָנגען, געווען זייער הויך. און אויף אויבן פֿון די שטעקנס איז געווען ליידיקע כּלים, גרויסע כּלים, און לעבן די גרויסע poles, ווי מע זאָגט, די שטעקנס, איז געווען לייטערס וואָס זײַנען געווען אויף אַרויפֿגיין. און די יונגע כּהנים זײַנען אַרויפֿגעקראָכן אויף די לייטערס און אין די הענט האָבן זיי געהאַלטן כדים, כּלים פֿול מיט שמן, מיט אויל, וואָס דאָס איז געווען 120 לוג פֿון שמן, און זיי האָבן דאָס געטראָגן אַרויפֿקריכנדיק אויף די לייטערס ביז זיי זענען געקומען צום אויבן און אָנגעגאָסן אין יענע כּלים וואָס זענען געווען אויף די יענע מנורות. און זיי האָבן געמאַכט פֿון די קליידער, די אַלטע קליידער האָבן זיי געמאַכט פּתילים, און זיי האָבן עס אָנגעצונדן, אָנגעצונדן, און ס'האָט געבראַכט אַזוי פֿיל ליכטיקייט אַז ס'איז נישט געווען קיין חצר אין ירושלים Jerusalem איז נישט געווען ליכטיק פֿון די ליכטיקייט פֿון שׂמחת... פֿון דעם בית השואבה. און די Gemara איז מסביר אַז די גבֿורה פֿון די כּהנים, די יונגע כּהנים, איז געווען מער ווי די גבֿורה פֿון דעם כּהן גדול. די וואָג וואָס זיי האָבן געטראָגן אויף זיך, געטראָגן אין די כדים פֿון שמן, 120 לוג, איז געווען אַ סך שווערער ווי וואָס דער כּהן גדול האָט געדאַרפֿט טראָגן. און די לייטערס זענען געווען אַ סך steeper, steeper, dann אַ סך העכער, וואָס ס'איז געווען אַ סך נישט אַזוי גרינג צו גיין, מער ווי דאָס וואָס דער כּהן גדול איז געגאַנגען אויפֿן כבשׁ פֿונעם מזבח, און פֿונדעסטוועגן האָבן זיי דאָס געטאָן.

Dancing and Song: Why the Chassidim Broke Into Praise for the Next Generation

און דערנאָך זאָגט די Mishnah אַז חסידים ואנשי מעשה היו מרקדים, די חסידים ואנשי מעשה, דאָס גייט אויף די חשובֿע מענטשן, האָבן געטאַנצט און זיי האָבן געזאָגט דבֿרי שירה ותשבחות, זיי האָבן געזאָגט ענינים וואָס האָבן געלויבט דעם אויבערשטן. פֿון דער Mishnah קומט אויס אַז עס גייט אין אַ סדר: נאָכדעם ווי די חסידים ואנשי מעשה האָבן געזען וואָס די יונגע כּהנים האָבן געטאָן, דאָס האָט בײַ זיי אַרויסגערופֿן אַז זיי זאָלן זאָגן שירות ותשבחות צום אויבערשטן. דאָס מיינט וואָס האָט געבראַכט זיי צו דאַנקען דעם אויבערשטן? ווײַל זיי האָבן געזען וואָס די יונגע כּהנים טוען. זיי האָבן געזען וואָס די יונגע מענטשן, וואָס דאָס איז דער דור וואָס גייט קומען, אַז זיי זײַנען אַזעלכע וואָס קענען ברענגען ליכטיקייט. דאָס האָט געבראַכט זיי צו דאַנקען דעם אויבערשטן. כּמעט די גרעסטע נחת וואָס אַ מענטש קען האָבן אַז ער זעט אַז די יונגע, דער נעקסטער דור, גייט אויף אַ ריכטיקן וועג און ברענגט ליכטיקייט ווי מע דאַרף ברענגען. און דאָס האָט בײַ זיי אַרויסגעבראַכט אַז זיי זאָלן דאַנקען דעם אויבערשטן. וואָס פֿון דעם האָט מען אַ הוראה, אַז וואָס איז די גרעסטע זאַך וואָס מע קען טאָן, וואָס מע דאַרף דאַנקען דעם אויבערשטן, איז בשעת מע זעט אַז די קינדער, די יונגע, גייען אויף אַ ריכטיקן דרך. פֿאַרשטייט זיך אָבער אַז דאָס ווערט נישט פֿון זיך אַליין. אַליין וואַקסט מען נישט אויס אויף אַזאַ אופֿן. דאָס ווענדט זיך אין דעם חינוך וואָס מע גיט זיי. די הוראה וואָס מע זעט דאָ איז דער חינוך וואָס מע דאַרף געבן די יונגע, די... דעם יונגן דור. דאַרף מען געבן אויף אַזאַ אופֿן אַז וואָס זיי טוען איז ענינים וואָס ברענגט ליכטיקייט אין בית המקדש, און ליכטיקייט אין Jerusalem ירושלים, ליכטיקייט, ליכטיקייט אין דער וועלט. און מע דאַרף אַרבעטן אויף דעם.

Chinuch as the Root of Simchas Beis HaShoeiva's Ruach HaKodesh

דאָס הייסט אַז דאָס איז איינע פֿון די הוראות פֿון שׂמחת בית השואבה. בחוץ די אַלע אַנדערע הוראות, ווי שטייט אַז דאָרטן איז געווען די גרעסטע קדושה. שטייט אין Yerushalmi אַז דאָס וואָס מע... מיט וואָס ס'איז אָנגערופֿן בית השואבה, וואָס דאָס מיינט שאיבת המים, מע האָט געשלעפּט וואַסער, האָט אַן אַנדער מיינונג: משם שואבים רוח הקודש, מע האָט גענומען רוח הקודש פֿון דאָרטן. Yonah Hanavi איז געוואָרן אַ נבֿיא פֿון שׂמחת בית השואבה. אָבער צווישן די אַלע הוראות וואָס מיר האָבן, האָבן מיר די הוראה איצט: די וויכטיקייט פֿון זען אַז די... די יונגע, דער נעקסטער דור, זאָל זיך פֿירן ווי סע דאַרף צו זײַן און טאָן זאַכן וואָס ברענגט ליכטיקייט, און מע אַרבעט אויף דעם, יעמאָלט וועלן האָבן דעם גרעסטן נחת און יעמאָלט וועט מען געבן די אמתע שירים ותשבחות צום אויבערשטן.

NOW PLAYING Choose a shiur to begin Rabbi Yehuda Leib Schapiro
0:00
0:00